Page 40 - Mlokhim a
P. 40

‫מלכים א‬

‫זאָגן‪ 4 :‬ד ַײן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך‪ ,‬און אַצונד‬
‫פֿאַרגרינגער דו דעם האַרטן דינסט פֿון ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬און ז ַײן שװער‬
‫יאָך‪ ,‬װאָס ער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז‪ ,‬און מיר װעלן דיר‬
‫דינען‪ 5 .‬האָט ער צו זײ געזאָגט‪ :‬גײט אַװעק אױף נאָך דר ַײ טעג‪ ,‬און‬

                ‫קומט װידער צו מיר‪ .‬איז דאָס פֿאָלק אַװעקגעגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 6‬האָט דער מלך ר ַחבֿעם זיך גע ֵע ֶצהט מיט די זקנים װאָס פֿלעגן‬
‫שטײן פֿאַר ז ַײן פֿאָטער שלמהן‪ ,‬װען ער האָט געלעבט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫װי עצהט איר מיר צו געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק? ‪ 7‬האָבן‬
‫זײ צו אים גערעדט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב דו װעסט ה ַײנט ז ַײן אַ קנעכט‬
‫צו דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬און װעסט זײ דינען‪ ,‬און װעסט זײ ענטפֿערן‬

  ‫און רעדן צו זײ גוטע רײד‪ ,‬װעלן זײ דיר ז ַײן קנעכט אױף אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 8‬אָבער ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים‬
‫גע ֵע ֶצהט‪ ,‬און ער האָט זיך גע ֵע ֶצהט מיט די יונגעל ַײט װאָס ז ַײנען‬
‫אױסגעװאַקסן מיט אים‪ ,‬װאָס ז ַײנען געשטאַנען פֿאַר אים‪ 9 .‬און ער‬
‫האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬װאָס עצהט איר‪ ,‬מיר זאָלן געבן אַן ענטפֿער‬
‫דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬װאָס האָבן צו מיר גערעדט אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫פֿאַרגרינגער דעם יאָך װאָס ד ַײן פֿאָטער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף‬
‫אונדז? ‪ 10‬האָבן צו אים גערעדט די יונגעל ַײט װאָס ז ַײנען‬
‫אױפֿגעװאַקסן מיט אים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ זאָלסטו זאָגן צו דעם‬
‫דאָזיקן פֿאָלק װאָס האָבן צו דיר גערעדט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ד ַײן פֿאָטער‬
‫האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך‪ ,‬דרום פֿאַרגרינגער דו אונדז –‬
‫אַזױ זאָלסטו רעדן צו זײ‪ :‬מ ַײן מינדסטער פֿינגער איז דיקער פֿון מ ַײן‬
‫פֿאָטערס לענדן‪ 11 .‬און אַצונד‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער האָט אױף א ַײך‬
‫אַרױפֿגעלאָדן אַ שװערן יאָך‪ ,‬און איך װעל נאָך צולײגן צו א ַײער יאָך;‬
‫מ ַײן פֿאָטער האָט א ַײך געשטראָפֿט מיט ריטער‪ ,‬און איך װעל א ַײך‬

                                           ‫שטראָפֿן מיט שקאָרפּיאָנען‪.‬‬

‫‪ 12‬איז געקומען ָי ָרבֿ ָעם און דאָס גאַנצע פֿאָלק צו ר ַחבֿעמען אױף‬
‫דריטן טאָג‪ ,‬אַזױ װי דער מלך האָט געהײסן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬קומט‬
‫װידער צו מיר אױפֿן דריטן טאָג‪ 13 .‬און דער מלך האָט געענטפֿערט‬
‫דעם פֿאָלק האַרט‪ ,‬און ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה‪ ,‬פֿון די זקנים װאָס‬
‫זײ האָבן אים גע ֵע ֶצהט‪ 14 .‬און ער האָט צו זײ גערעדט אַזױ װי די‬
‫עצה פֿון די יונגעל ַײט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מ ַײן פֿאָטער האָט שװער‬
‫געמאַכט א ַײער יאָך‪ ,‬און איך װעל נאָך צולײגן צו א ַײער יאָך; מ ַײן‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45