Page 41 - Mlokhim a
P. 41
מלכים א
פֿאָטער האָט א ַײך געשטראָפֿט מיט ריטער ,און איך װעל א ַײך
שטראָפֿן מיט שקאָרפּיאָנען.
15און דער מלך האָט ניט צוגעהערט צום פֿאָלק ,װאָרום דאָס איז
געװען באַשערט פֿון גאָט ,כּדי מקיים צו ז ַײן ז ַײן װאָרט ,װאָס גאָט
האָט גערעדט דורך אַ ִחיהן פֿון שילו צו ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן.
16און װי גאַנץ ישׂראל האָט געזען ,אַז דער מלך האָט ניט צוגעהערט
צו זײ ,אַזױ האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק געגעבן דעם מלך אַן ענטפֿער,
אַזױ צו זאָגן:
מיר האָבן ניט קײן חלק אין ָד ִודן,
און קײן ירושה אין דעם זון פֿון ִי ַשין.
צו ד ַײנע געצעלטן ,ישׂראל !
אַצונד קוק זיך אום אױף ד ַײן הױז ,דוד!
און ישׂראל איז אַװעקגעגאַנגען צו ז ַײנע געצעלטן 17 .נאָר די קינדער
פֿון ישׂראל װאָס ז ַײנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהוּדה ,איבער זײ
איז געבליבן קיניגן ר ַחבֿעם.
18און דער מלך ר ַחבֿעם האָט אַרױסגעשיקט אַדוֹרמען װאָס איבער
דעם צינדז ,און גאַנץ ישׂראל האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער,
און ער איז געשטאָרבן ,און דער מלך ר ַחבֿעם האָט זיך געא ַײלט
אַרױפֿצוגײן אױף ז ַײן ר ַײטװאָגן ,צו אַנטלױפֿן קײן ירושלים.
19און ישׂראל האָט װידערשפּעניקט אָן דעם הױז פֿון דוד ביז אױף
ה ַײנטיקן טאָג.
20און עס איז געװען ,װי גאַנץ ישׂראל האָט געהערט ,אַז ָי ָרבֿ ָעם
האָט זיך אומגעקערט ,אַזױ האָבן זײ געשיקט און אים גערופֿן צו
דער א ַײנזאַמלונג ,און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער
גאַנץ ישׂראל .קײנער איז ניט געבליבן הינטער דעם הױז פֿון דוד,
אחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן.
21און ר ַחבֿעם איז געקומען קײן ירושלים ,און ער האָט
א ַײנגעזאַמלט דאָס גאַנצע הױז פֿון יהוּדה ,און שבֿט בנימין ,הונדערט
און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסל ַײט ,מלחמה צו האַלטן מיט