Page 44 - Mlokhim a
P. 44
מלכים א
6האָט דער מלך זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צום געטלעכן מאַן:
בעט אַקאָרשט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט ,און ז ַײ מתפּלל פֿאַר מיר ,אַז מ ַײן
האַנט זאָל זיך אומקערן צו מיר.
האָט דער געטלעכער מאַן געבעטן ב ַײ גאָט ,און די האַנט פֿון דעם
מלך האָט זיך אומגעקערט ,און איז געװאָרן אַזױ װי פֿר ִיער.
7האָט דער מלך געזאָגט צום געטלעכן מאַן :קום מיט מיר אַהײם,
און דערקװיק זיך ,און איך װעל דיר געבן אַ מתּנה 8 .האָט דער
געטלעכער מאַן געזאָגט צום מלך :װען דו זאָלסט מיר געבן אַ האַלב
הױז ד ַײנס ,װעל איך ניט גײן מיט דיר ,און װעל ניט עסן קײן ברױט
און ניט טרינקען קײן װאַסער אין דעם דאָזיקן אָרט 9 .װאָרום אַזױ
האָט מען מיר באַפֿױלן דורך דעם װאָרט פֿון גאָט ,אַזױ צו זאָגן:
זאָלסט ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער ,און
זאָלסט זיך ניט אומקערן אױף דעם װעג װאָס דו ביסט געגאַנגען.
10און ער איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַן אַנדער װעג ,און האָט זיך ניט
אומגעקערט מיט דעם װעג װאָס ער איז אױף אים געקומען קײן
ֵביתֵ -אל.
11און אײנער אַן אַלטער נבֿיא איז געזעסן אין ֵביתֵ -אל; איז
געקומען אײנער פֿון ז ַײנע זין ,און האָט אים דערצײלט די גאַנצע
טוּונג װאָס דער געטלעכער מאַן האָט געטאָן דעם טאָג אין ֵביתֵ -אל,
און די װערטער װאָס ער האָט גערעדט צום מלך .און װי זײ האָבן
עס דערצײלט זײער פֿאָטער 12 ,אַזױ האָט זײער פֿאָטער צו זײ
געזאָגט :װאָסער װעג איז ער געגאַנגען? און ז ַײנע זין האָבן געזען
דעם װעג װאָס דער געטלעכער מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה,
איז געגאַנגען 13 .האָט ער געזאָגט צו ז ַײנע זין :זאָטלט מיר אָן דעם
אײזל.
האָבן זײ אים אָנגעזאָטלט דעם אײזל ,און ער איז אַװעקגעריטן אױף
אים 14 .און ער איז געגאַנגען נאָך דעם געטלעכן מאַן ,און האָט אים
געפֿונען זיצנדיק אונטער אַן אײכנבױם ,און ער האָט צו אים
געזאָגט :ביסט דו דער געטלעכער מאַן װאָס איז געקומען פֿון
יהוּדה? האָט ער געזאָגט :איך 15 .האָט ער צו אים געזאָגט :קום מיט
מיר אַהײם ,און עס ברױט 16 .האָט ער צו אים געזאָגט :איך קען זיך
ניט אומקערן מיט דיר און קומען צו דיר ,און איך װעל ניט עסן קײן