Page 49 - Mlokhim a
P. 49

‫מלכים א‬

‫יעטװעדער הױכן בערגל‪ ,‬און אונטער יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן‬
‫בױם‪ 24 .‬און אױך שאַנדמענער ז ַײנען געװען אין לאַנד‪ .‬זײ האָבן‬
‫געטאָן אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט‬

                            ‫פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 25‬און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון מלך ר ַחבֿעם איז שי ַשק‬
‫דער מלך פֿון מצרים אַרױסגעקומען אױף ירושלים‪ 26 .‬און ער האָט‬
‫צוגענומען די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז‪ ,‬און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז;‬
‫אַלץ האָט ער צוגענומען‪ .‬און ער האָט צוגענומען אַלע גילדערנע‬
‫שילדן װאָס שלמה האָט געמאַכט‪ 27 .‬און דער מלך ר ַחבֿעם האָט‬
‫געמאַכט אָנשטאָט זײ קופּערנע שילדן‪ ,‬און האָט זײ געגעבן אױף דער‬
‫האַנט פֿון די הױפּטל ַײט פֿון די לױפֿערס װאָס האָבן געהיט דעם‬
‫א ַײנגאַנג פֿון מלכס הױז‪ 28 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װען נאָר דער מלך‬
‫פֿלעגט קומען אין גאָטס הױז‪ ,‬פֿלעגן די לױפֿערס זײ אַרױסטראָגן;‬

     ‫דערנאָך פֿלעגן זײ זײ אומקערן אין דער קאַמער פֿון די לױפֿערס‪.‬‬

‫‪ 29‬און די איבעריקע זאַכן װעגן ר ַחבֿעמען‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון‬
‫די מלכים פֿון יהוּדה‪ 30 .‬און אַ מלחמה איז געװען צװישן ר ַחבֿעמען‬

                                        ‫און צװישן ָי ָרבֿ ָעמען אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 31‬און ר ַחבֿעם האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און ער איז‬
‫באַגראָבן געװאָרן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס‪-‬שטאָט‪ .‬און דער‬
‫נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ַנ ַע ָמה די עמונית‪ .‬און ז ַײן זון אַבָֿים‬

                                       ‫איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 1‬און אין אַכצנטן יאָר פֿון מלך ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן‪,‬‬

‫איז אַבָֿים געװאָרן מלך איבער יהוּדה‪ 2 .‬דר ַײ יאָר האָט ערטו‬

‫געקיניגט אין ירושלים‪ .‬און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען‬
‫מעכה די טאָכטער פֿון אַבֿי ָשלומען‪ 3 .‬און ער איז געגאַנגען אין אַלע‬
‫זינד פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר אים‪ ,‬און ז ַײן האַרץ‬
‫איז ניט געװען גאַנץ מיט יהוה ז ַײן גאָט אַזױ װי דאָס האַרץ פֿון ז ַײן‬
‫פֿאָטער ָד ִודן ‪ .4‬אָבער פֿון ָד ִודס װעגן האָט אים יהוה ז ַײן גאָט‬
‫געשאָנקן אַ ליכט אין ירושלים‪ ,‬אױפֿצושטעלן ז ַײן זון נאָך אים‪ ,‬און‬
‫אױפֿצוהאַלטן ירושלים‪ 5 .‬װ ַײל דוד האָט געטאָן װאָס איז‬
   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54