Page 53 - Mlokhim a
P. 53
מלכים א
מ ַײן פֿאָלק ישׂראל ,און דו ביסט געגאַנגען אין דעם װעג פֿון
ָי ָרבֿ ָעמען ,און האָסט געמאַכט זינדיקן מ ַײן פֿאָלק ישׂראל מיך צו
דערצערענען מיט זײערע זינד– 3אָט ראַם איך אױס ַבעשאן און ז ַײן
הױז ,און װעל מאַכן ד ַײן הױז װי דאָס הױז פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון
נבֿטן 4 .דעם װאָס שטאַרבט פֿון ַבעשאן אין שטאָט ,װעלן די הינט
אױפֿעסן ,און דעם װאָס שטאַרבט פֿון אים אין פֿעלד ,װעלן די
פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן.
5און די איבעריקע זאַכן װעגן ַבעשאן ,און װאָס ער האָט געטאָן ,און
ז ַײן גבֿוּרהשאַפֿט ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די
צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
6און ַבעשא האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ער איז
באַגראָבן געװאָרן אין ִתּר ָצה ,און ז ַײן זון ֵא ָלה איז געװאָרן מלך אױף
ז ַײן אָרט.
7און אױך איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען דורך ֵיהוּא דעם זון פֿון
ַחָננין ,דעם נבֿיא ,אױף ַבעשאן און אױף ז ַײן הױז ,אי פֿאַר אַלעם בײזן
װאָס ער האָט געטאָן אין די אױגן פֿון גאָט ,אים צו דערצערענען
מיט די מעשׂים פֿון ז ַײנע הענט ,צו ז ַײן אַזױ װי דאָס הױז פֿון
ָי ָרבֿ ָעמען ,אי פֿאַר װאָס ער האָט אים דערשלאָגן.
8אין זעקס און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה ,איז
ֵא ָלה דער זון פֿון ַבעשאן געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין ִתּר ָצה] ,און
האָט געקיניגט[ צװײ יאָר.
9און ז ַײן קנעכט ִזמרי ,אַ הױפּטמאַן איבער אַ העלפֿט פֿון די
ר ַײטװעגן ,האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים ,בעת ער איז געװען אין
ִתּר ָצה ,זיך שכּור טרינקענדיק אין הױז פֿון אַרצאָן װאָס איבערן
פּאַלאַץ אין ִתּר ָצה 10 .און ִזמרי איז געקומען ,און האָט אים
געשלאָגן און אים געטײט ,אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ
דעם מלך פֿון יהוּדה ,און איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
11און עס איז געװען ,װי ער איז געװאָרן מלך ,אַז ער האָט זיך
געזעצט אױף ז ַײן טראָן ,האָט ער דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון
ַבעשאן; ער האָט אים ניט איבערגעלאָזן אַ מאַנספּאַרשױן ,צו מאָל
ז ַײנע אײגענע און ז ַײנע גוטע פֿר ַײנט 12 .און ִזמרי האָט פֿאַרטיליקט