Page 56 - Mlokhim a
P. 56
מלכים א
אַ ֵש ָרה; און אַחאבֿ האָט געטאָן מער צו דערצערענען יהוה דעם גאָט
פֿון ישׂראל ,װי אַלע מלכים פֿון ישׂראל װאָס ז ַײנען געװען פֿאַר אים.
34אין ז ַײנע טעג האָט חי ֵאל פֿון ֵביתֵ -אל אָפּגעבױט יריחו .מיט ]דעם
לעבן פֿון[ אַבֿי ָרם ז ַײן בכור האָט ער געלײגט איר גרונטפֿעסט ,און
מיט שׂגוּבֿ ז ַײן י ִינגסטן האָט ער אַר ַײנגעשטעלט אירע טירן ,אַזױ װי
דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט דורך יהושוע דעם זון
פֿון נון.
1און ֵא ִלָיהו דער ִתּשבי ,פֿון די װאָס האָבן זיך באַזעצט אין
גלעד ,האָט געזאָגט צו אַחאבֿן :אַזױ װי עס לעבט יהוה דעריז
גאָט פֿון ישׂראל װאָס איך שטײ פֿאַר אים ,אױב אין די דאָזיקע יאָרן
װעט ז ַײן טױ און רעגן ,ס ַײדן לױט מ ַײן װאָרט!
2און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו אים ,אַזױ צו זאָגן 3 :גײ פֿון
דאַנען ,און זאָלסט זיך פֿאַרקערן קײן מזרח ,און זיך באַהאַלטן ב ַײ
דעם באַך כּרית װאָס פֿאַרן ירדן 4 .און עס װעט ז ַײן :פֿון דעם באַך
װעסטו טרינקען ,און די ראָבן האָב איך באַפֿױלן דיך דאָרטן צו
שפּ ַײזן.
5איז ער געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט; און
ער איז אַװעק און האָט זיך געזעצט ב ַײם באַך כּרית װאָס פֿאַרן ירדן.
6און די ראָבן פֿלעגן אים ברענגען ברױט און פֿלײש אין דער פֿרי,
און ברױט און פֿלײש אין אָװנט; און פֿון באַך פֿלעגט ער טרינקען.
7און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג ,איז דער באַך
אױסגעטריקנט געװאָרן ,װ ַײל עס איז ניט געװען קײן רעגן אין לאַנד.
8איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו אים ,אַזױ צו זאָגן 9 :שטײ אױף,
גײ קײן ָצרפֿת װאָס געהערט צו צידון ,און זאָלסט דאָרטן זיצן; זע,
איך האָב דאָרטן באַפֿױלן אַ פֿרױ אַן אלמנה דיך צו שפּ ַײזן.
10איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען קײן ָצרפֿת .און װי ער
איז געקומען אין א ַײנגאַנג פֿון שטאָט ,ערשט אַ פֿרױ אַן אלמנה
קל ַײבט דאָרטן האָלץ .האָט ער גערופֿן צו איר און האָט געזאָגט:
ברענג מיר ,איך בעט דיך ,אַ ביסל װאַסער אין אַ כּלי ,כּדי איך זאָל