Page 57 - Mlokhim a
P. 57
מלכים א
טרינקען 11 .און װי זי איז געגאַנגען ברענגען ,אַזױ האָט ער זי
נאָכגערופֿן און געזאָגט :ברענג מיר ,איך בעט דיך ,אַ שטיקל ברױט
אין ד ַײן האַנט 12 .האָט זי געזאָגט :אַזױ װי עס לעבט יהוה ד ַײן גאָט,
אױב איך האָב אַ קוכן ,נאָר בלױז אַ האַנטפֿול מעל אין טאָפּ ,און אַ
ביסל אײל אין קרוג! און אָט קל ַײב איך צונױף אַ פּאָר העלצלעך ,און
איך װעל גײן און װעל עס מאַכן פֿאַר מיר און מ ַײן זון ,און מיר װעלן
עס אױפֿעסן; דערנאָך װעלן מיר שטאַרבן.
13האָט ֵא ִלָיהו צו איר געזאָגט :זאָלסט ניט מורא האָבן; גײ טו אַזױ
װי ד ַײן װאָרט ,נאָר מאַך מיר דערפֿון אַ קלײנעם קוכן צוערשט ,און
ברענג מיר אַרױס; און פֿאַר דיר און פֿאַר ד ַײן זון װעסטו מאַכן
צולעצט 14 .װאָרום אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל :
דער טאָפּ מעל װעט ניט אױסגײן ,און דער קרוג אײל װעט ניט
געמינערט װערן ,ביז דעם טאָג װאָס גאָט גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון
דער ערד.
15איז זי געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ֵא ִלָיהון,
און זי און ער און איר הױזגעזינט האָבן געהאַט צו עסן פֿיל טעג16 .
דער טאָפּ מעל איז ניט אױסגעגאַנגען ,און דער קרוג אײל איז ניט
געמינערט געװאָרן ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט
גערעדט דורך ֵא ִלָיהון.
17און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן ,איז קראַנק
געװאָרן דער זון פֿון דער פֿרױ ,דער בעל-הביתטע פֿון הױז ,און ז ַײן
קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק ,ביז אין אים איז מער אַן
אָטעם ניט געבליבן 18 .האָט זי געזאָגט צו ֵא ִלָיהון :װאָס האָסטו צו
מיר דו געטלעכער מאַן? ביסטו געקומען צו מיר צו דערמאָנען מ ַײנע
זינד ,און צו טײטן מ ַײן זון?
19האָט ער צו איר געזאָגט :גיב מיר ד ַײן זון .און ער האָט אים
גענומען פֿון איר בוזעם ,און האָט אים אַרױפֿגעטראָגן אין דער
אױבערשטוב װאָס ער האָט דאָרטן געװױנט ,און האָט אים
אַװעקגעלײגט אױף ז ַײן בעט 20 .און ער האָט גערופֿן צו גאָט און
האָט געזאָגט :יהוה מ ַײן גאָט ,צי אױך דער אלמנה װאָס איך האַלט
זיך אױף ב ַײ איר ,האָסטו בײז געטאָן ,צו טײטן איר זון?