Page 58 - Mlokhim a
P. 58
מלכים א
21און ער האָט זיך אױסגעצױגן איבער דעם קינד דר ַײ מאָל ,און
האָט גערופֿן צו גאָט און האָט געזאָגט :יהוה מ ַײן גאָט ,זאָל ,איך
בעט דיך ,די זעל פֿון דעם דאָזיקן קינד אומקערן אין אים.
22און גאָט האָט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון ֵא ִלָיהון ,און די זעל פֿון
דעם קינד האָט זיך אומגעקערט אין אים ,און ער האָט אױפֿגעלעבט.
23און ֵא ִלָיהו האָט גענומען דאָס קינד ,און האָט עס אַראָפּגעטראָגן
פֿון דער אױבערשטוב אין הױז ,און האָט עס געגעבן צו ז ַײן מוטער;
און ֵא ִלָיהו האָט געזאָגט :זע ,ד ַײן זון לעבט 24 .האָט די פֿרױ געזאָגט
צו ֵא ִלָיהון :אַצונד אָט װײס איך אַז דו ביסט אַ געטלעכער מאַן ,און
דאָס װאָרט פֿון גאָט אין ד ַײן מױל איז אמת.
1און עס איז געװען נאָך פֿיל טעג ,איז דאָס װאָרט פֿון גאָט
געװען צו ֵא ִלָיהון – אױפֿן דריטן יאָר – אַזױ צו זאָגן :גײ װ ַײזיח
זיך פֿאַר אַחאבֿן ,און איך װעל געבן רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.
2איז ֵא ִלָיהו געגאַנגען זיך װ ַײזן פֿאַר אַחאבֿן.
און דער הונגער איז געװען שטאַרק אין שומרון 3 .און אַחאבֿ האָט
גערופֿן עוֹבֿדָיהון װאָס איבערן פּאַלאַץ – און עוֹבֿדָיהו האָט זײער
געפֿאָרכט יהוה; 4און עס איז געװען ,אַז ִאֶזבֿל האָט פֿאַרשניטן די
נבֿיאים פֿון יהוה ,האָט עוֹבֿדָיהו גענומען הונדערט נבֿיאים ,און האָט
זײ באַהאַלטן צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל ,און האָט זײ אױסגעהאַלטן
מיט ברױט און מיט װאַסער – 5און אַחאבֿ האָט געזאָגט צו עוֹבֿדָיהו:
גײ דורכן לאַנד ב ַײ אַלע קװאַלן װאַסער און ב ַײ אַלע ט ַײכן; אפֿשר
װעלן מיר געפֿינען גראָז ,און מיר װעלן דערהאַלטן ב ַײם לעבן די
פֿערד און די מױלאײזלען ,אַז מיר זאָלן ניט אָנװערן די בהמות.
6האָבן זײ זיך צעטײלט דאָס לאַנד ,כּדי דורכצוגײן דורך דעם :אַחאבֿ
איז געגאַנגען אַלײן אין ז ַײן װעג ,און עוֹבֿדָיהו איז געגאַנגען אַלײן
אין אַן אַנדער װעג.
7און װי עוֹבֿדָיהו איז געװען אין װעג ,ערשט ֵא ִלָיהו קומט אים
אַנטקעגן .האָט ער אים דערקענט ,און ער איז געפֿאַלן אױף ז ַײן
פּנים ,און האָט געזאָגט :ביסט דו דאָס ,מ ַײן האַר ֵא ִלָיהו? 8האָט ער