Page 63 - Mlokhim a
P. 63

‫מלכים א‬

‫‪ 3‬און װי ער האָט דאָס געזען‪ ,‬אַזױ איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז‬
‫אַװעק אום ז ַײן לעבן‪ ,‬און איז געקומען קײן ב ֵאר‪ֶ -‬שבֿע װאָס געהערט‬
‫צו יהוּדה‪ ,‬און ער האָט דאָרטן איבערגעלאָזט ז ַײן יונג‪ 4 .‬און ער‬
‫אַלײן איז געגאַנגען אין מדבר אַ טאָג װעגס‪ ,‬און איז געקומען און‬
‫האָט זיך געזעצט אונטער אַ בעזעמבײמל‪ ,‬און ער האָט געבעטן אױף‬
‫זיך דעם טױט‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬גענוג! אַצונד‪ ,‬גאָט‪ ,‬נעם צו מ ַײן‬

                 ‫זעל‪ ,‬װאָרום‪ ,‬איך בין ניט בעסער פֿון מ ַײנע עלטערן‪.‬‬

‫‪ 5‬און ער האָט זיך געלײגט און איז א ַײנגעשלאָפֿן אונטער אַ‬
‫בעזעמבײמל‪ .‬ערשט אַ מלאך רירט אים אָן‪ ,‬און זאָגט צו אים‪ :‬שטײ‬
‫אױף‪ ,‬עס‪ 6 .‬האָט ער זיך אומגעקוקט‪ ,‬ערשט אים צוקאָפּנס איז אַ‬
‫קוכן געבאַקט אױף אָנגעברענטע שטײנער‪ ,‬און אַ קרוג װאַסער‪.‬‬

       ‫האָט ער געגעסן און געטרונקען‪ ,‬און האָט זיך װידער געלײגט‪.‬‬

‫‪ 7‬און דער מלאך פֿון גאָט איז געקומען אַ צװײט מאָל‪ ,‬און האָט אים‬
‫אָנגערירט‪ ,‬און געזאָגט‪ :‬שטײ אױף‪ ,‬עס‪ ,‬װאָרום דער װעג איז צו‬

                                                         ‫װ ַײט פֿאַר דיר‪.‬‬

‫‪ 8‬איז ער אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און האָט געגעסן און געטרונקען‪ ,‬און איז‬
‫געגאַנגען מיט דעם כּוח פֿון דעם דאָזיקן עסן פֿערציק טעג און‬
‫פֿערציק נעכט‪ ,‬ביז דעם באַרג פֿון גאָט‪ ,‬חורבֿ‪ 9 .‬און ער איז דאָרטן‬
‫אַר ַײנגעגאַנגען אין דער הײל‪ ,‬און האָט דאָרטן גענעכטיקט‪ .‬ערשט‬
‫דאָס װאָרט פֿון גאָט איז צו אים‪ ,‬און ער האָט צו אים געזאָגט‪ :‬װאָס‬

                                                    ‫טוסטו דאָ‪ֵ ,‬א ִלָיהו?‬

                                                   ‫‪ 10‬האָט ער געזאָגט‪:‬‬

                                     ‫אָננעמען האָב איך זיך אָנגענומען‬
                                  ‫פֿון װעגן יהוה דעם גאָט פֿון צבֿאות;‬
                 ‫װ ַײל פֿאַרלאָזן ד ַײן בונד האָבן די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬

                                   ‫ד ַײנע מזבחות האָבן זײ צעשטערט‪,‬‬
                   ‫און ד ַײנע נבֿיאים האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד;‬

                                     ‫און איך אַלײן בין איבערגעבליבן‪,‬‬
                                       ‫און זײ זוכן מ ַײן לעבן צו נעמען‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט ער געזאָגט‪ :‬גײ אַרױס‪ ,‬און זאָלסט זיך שטעלן אױפֿן באַרג‬
‫פֿאַר גאָט‪ .‬ערשט גאָט גײט פֿאַרב ַײ‪ ,‬און אַ גרױסער און שטאַרקער‬
   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68