Page 66 - Mlokhim a
P. 66

‫מלכים א‬

‫‪ 9‬האָט ער געזאָגט צו די שלוחים פֿון ֶבן‪ַ -‬ה ַדד‪ :‬זאָגט צו מ ַײן האַר‬
‫דעם מלך‪ :‬אַלץ אום װאָס דו האָסט געשיקט צו ד ַײן קנעכט צוערשט‬

               ‫װעל איך טאָן‪ ,‬אָבער די דאָזיקע זאַך קען איך ניט טאָן‪.‬‬

   ‫ז ַײנען געגאַנגען די שלוחים‪ ,‬און האָבן אים געבראַכט אַן ענטפֿער‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט ֶבן‪ַ -‬ה ַדד געשיקט צו אים‪ ,‬און געזאָגט‪ :‬זאָלן די געטער מיר‬
‫טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אױב דער שטױב פֿון שומרון װעט קלעקן‬

                   ‫פֿאַר אַ הױפֿן דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס הינטער מיר!‬

‫‪ 11‬האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט‪ :‬זאָגט‬
‫]אים[‪ :‬זאָל דער װאָס גורט זיך ערשט אָן‪ ,‬זיך ניט רימען װי דער װאָס‬

                                                    ‫בינדט זיך שױן אָפּ‪.‬‬

‫‪ 12‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ] ֶבן‪ַ -‬ה ַדד[ האָט געהערט דעם דאָזיקן‬
‫ענטפֿער‪ ,‬בעת ער האָט געטרונקען‪ ,‬ער און די מלכים‪ ,‬אין די‬
‫ב ַײדלעך‪ ,‬אַזױ האָט ער געזאָגט צו ז ַײנע קנעכט‪ :‬שטעלט אױס! און‬

                         ‫זײ האָבן אױסגעשטעלט אַנקעגן דער שטאָט‪.‬‬

‫‪ 13‬ערשט אײנער אַ נבֿיא האָט גענענט צו אַחאבֿ דעם מלך פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬זעסט דעם גאַנצן‬
‫דאָזיקן גרױסן המון? אָט גיב איך אים ה ַײנט אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און‬
‫װעסט װיסן אַז איך בין יהוה‪ 14 .‬האָט אַחאבֿ געזאָגט‪ :‬דורך װעמען?‬
‫האָט ער געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬דורך די יונגען פֿון די‬
‫לאַנדפֿירשטן‪ .‬האָט ער געפֿרעגט‪ :‬װער זאָל אָנקניפּן די מלחמה?‬

                                                  ‫האָט ער געזאָגט‪ :‬דו‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט ער איבערגעצײלט די יונגען פֿון די לאַנדפֿירשטן‪ ,‬און זײ‬
‫ז ַײנען געװען צװײ הונדערט און צװײ און דר ַײסיק‪ .‬און נאָך זײ האָט‬
‫ער איבערגעצײלט דאָס גאַנצע פֿאָלק‪ ,‬אַלע קינדער פֿון ישׂראל–זיבן‬

                                                                 ‫טױזנט‪.‬‬

‫‪ 16‬ז ַײנען זײ אַרױסגעגאַנגען אין מיטן טאָג‪ ,‬בעת ֶבן‪ַ -‬ה ַדד האָט זיך‬
‫שכּור געטרונקען אין די ב ַײדלעך ער און די מלכים–די צװײ און‬
‫דר ַײסיק מלכים װאָס האָבן אים געהאָלפֿן‪ 17 .‬און די יונגען פֿון די‬
‫לאַנדפֿירשטן ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען צוערשט; אָבער ֶבן‪ַ -‬ה ַדד האָט‬
‫געשיקט‪ ,‬און מע האָט אים אָנגעזאָגט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מענטשן ז ַײנען‬
   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71