Page 71 - Mlokhim a
P. 71

‫מלכים א‬

‫‪ 11‬האָבן די מענטשן פֿון ז ַײן שטאָט‪ ,‬און די עלטסטע און די אַדלל ַײט‬
‫װאָס האָבן געװױנט אין ז ַײן שטאָט‪ ,‬געטאָן אַזױ װי ִאֶזבֿל האָט צו זײ‬
‫געשיקט‪ ,‬אַזױ װי עס איז געװען געשריבן אין די בריװ װאָס זי האָט‬
‫צו זײ געשיקט‪ 12 .‬זײ האָבן אױסגערופֿן אַ ָתּענית‪ ,‬און האָבן‬
‫אַװעקגעזעצט ָנבֿותן אױבן אָן פֿון פֿאָלק‪ 13 .‬און די צװײ מענטשן‪,‬‬
‫נידערטרעכטיקע יונגען‪ ,‬ז ַײנען געקומען און האָבן זיך געזעצט אַקעגן‬
‫אים; און די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן עדות געזאָגט אױף אים‪,‬‬
‫אױף ָנבֿותן‪ ,‬פֿאַרן פֿאָלק‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ָ :‬נבֿות האָט געלעסטערט גאָט‬
‫און דעם מלך‪ .‬און מע האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן שטאָט‪ ,‬און‬
‫אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער‪ ,‬און ער איז געשטאָרבן‪ 14 .‬און זײ‬
‫האָבן געשיקט צו ִאֶזבֿלען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ָ :‬נבֿות איז פֿאַרשטײנט‬

                                             ‫געװאָרן‪ ,‬און ער איז טױט‪.‬‬

‫‪ 15‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ִאֶזבֿל האָט געהערט אַז ָנבֿות איז‬
‫פֿאַרשטײנט געװאָרן‪ ,‬און ער איז טױט‪ ,‬אַזױ האָט ִאֶזבֿל געזאָגט צו‬
‫אַחאבֿן‪ :‬שטײ אױף‪ַ :‬ירשע דעם װ ַײנגאָרטן פֿון ָנבֿות דעם ִיזרע ֵאלי‪,‬‬
‫װאָס ער האָט דיר ניט געװאָלט געבן פֿאַר געלט‪ .‬װאָרום ָנבֿות לעבט‬

                                              ‫ניט‪ ,‬נ ַײערט ער איז טױט‪.‬‬

‫‪ 16‬און עס איז געװען‪ ,‬װי אַחאבֿ האָט געהערט אַז ָנבֿות איז טױט‪,‬‬
‫אַזױ איז אַחאבֿ אױפֿגעשטאַנען אַראָפּצונידערן צו דעם װ ַײנגאָרטן‬

                           ‫פֿון ָנבֿות דעם ִיזרע ֵאלי‪ ,‬כּדי אים צו ַירשען‪.‬‬

‫‪ 17‬איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו ֵא ִלָיהו דעם ִתּשבי‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 18 :‬שטײ אױף‪ ,‬נידער אַראָפּ אַנטקעגן אַחאבֿ דעם מלך פֿון‬
‫ישׂראל װאָס אין שומרון; אָן איז ער אין דעם װ ַײנגאָרטן פֿון ָנבֿותן‪,‬‬
‫װאָס ער האָט אַהין אַראָפּגענידערט‪ ,‬כּדי אים צו ירשען‪ 19 .‬און‬
‫זאָלסט רעדן צו אים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬האָסט‬
‫געהרגעט‪ ,‬און װילסט אױך ַירשען? און זאָלסט רעדן צו אים‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬אױף דעם אָרט װוּ די הינט האָבן‬

  ‫געלעקט דאָס בלוט פֿון ָנבֿותן‪ ,‬װעלן די הינט לעקן אױך ד ַײן בלוט‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט אַחאבֿ געזאָגט צו ֵא ִלָיהון‪ :‬האָסט מיך אָנגעקריגן‪ ,‬שׂונא‬
‫מ ַײנער? האָט ער געזאָגט‪ :‬איך האָב דיך אָנגעקריגן; װ ַײל דו האָסט‬
‫זיך אָנגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ 21 .‬זע‪,‬‬
‫איך ברענג אױף דיר אַן אומגליק‪ ,‬און איך װעל דיך אױסראַמען‪ ,‬און‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76