Page 73 - Mlokhim a
        P. 73
     מלכים א
 4און ער האָט געזאָגט צו יהוֹשפֿטן :װילסטו גײן מיט מיר אין
מלחמה אױף רמתִ -גל ָעד? האָט יהוֹשפֿט געזאָגט צו דעם מלך פֿון
ישׂראל :אַזױ װי דו ,אַזױ איך ,אַזױ װי ד ַײן פֿאָלק ,אַזױ מ ַײן פֿאָלק,
                                 אַזױ װי ד ַײנע פֿערד אַזױ מ ַײנע פֿערד.
 5און יהוֹשפֿט האָט געזאָגט צו דעם מלך פֿון ישׂראל :פֿרעג ה ַײנט,
                                    איך בעט דיך ,דאָס װאָרט פֿון גאָט.
 6האָט דער מלך פֿון ישׂראל א ַײנגעזאַמלט די נבֿיאים ,אַרום פֿיר
הונדערט מאַן ,און ער האָט צו זײ געזאָגט :זאָל איך גײן קעגן רמת-
ִגל ָעד אױף מלחמה ,אָדער זאָל איך אָפּשטײן? האָבן זײ געזאָגט :גײ
                אַרױף ,און גאָט װעט זי געבן אין דער האַנט פֿון מלך.
 7האָט יהוֹשפֿט געזאָגט :איז דאָ ניטאָ נאָך אַ נבֿיא פֿון גאָט ,אַז מיר
זאָלן פֿרעגן ב ַײ אים?  8האָט דער מלך פֿון ישׂראל געזאָגט צו
יהוֹשפֿטן :פֿאַראַן נאָך אײן מאַן אױף צו פֿרעגן ב ַײ גאָט דורך אים,
אָבער איך האָב אים פֿ ַײנט ,װ ַײל ער זאָגט ניט נבֿיאות אױף מיר
גוטס ,נאָר בלױז שלעכטס–מי ָכָיהו דער זון פֿון ִימ ָלהן .האָט יהוֹשפֿט
                                 געזאָגט :זאָל דער מלך אַזױ ניט רעדן.
 9האָט דער מלך פֿון ישׂראל גערופֿן אַ הױפֿדינער ,און האָט געזאָגט:
                            ברענג אױף גיך מי ָכָיהו דעם זון פֿון ִימ ָלהן.
 10און דער מלך פֿון ישׂראל און יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה ז ַײנען
געזעסן איטלעכער אױף ז ַײן טראָן אָנגעקלײדט אין ִבג ֵדי]-מלכות[ אין
אַ ש ַײער ב ַײ דעם טױערא ַײנגאַנג פֿון שומרון ,און אַלע נבֿיאים האָבן
נבֿיאות געזאָגט פֿאַר זײ 11 .און ִצד ִקָיה דער זון פֿון כַּנ ַעָנהן האָט זיך
געמאַכט א ַײזערנע הערנער ,און ער האָט געזאָגט :אַזױ האָט גאָט
געזאָגט :מיט די דאָזיקע װעסטו שטױסן ארם ביז זײ צו פֿאַרלענדן.
 12און אַלע נבֿיאים האָבן נבֿיאות געזאָגט דעס גל ַײכן ,אַזױ צו זאָגן:
גײ אַרױף קײן רמתִ -גל ָעד ,און באַגליק ,און גאָט װעט זי געבן אין
                                                    דער האַנט פֿון מלך.
 13און דער ש ִליח װאָס איז געגאַנגען רופֿן מי ָכָיהון ,האָט גערעדט צו
אים ,אַזױ צו זאָגן :זע נאָר ,די װערטער פֿון די נבֿיאים ז ַײנען װי אײן
מױל גוטס צום מלך; זאָל ,איך בעט דיך ,ד ַײן װאָרט ז ַײן אַזױ װי דאָס
װאָרט פֿון אײנעם פֿון זײ ,און זאָלסט רעדן גוטס 14 .האָט מי ָכָיהו





