Page 69 - Mlokhim a
P. 69

‫מלכים א‬

‫‪ 35‬און אײנער אַ מאַן פֿון די יונגע נבֿיאים האָט געזאָגט צו ז ַײן חבֿר‬
‫דורך דעם װאָרט פֿון גאָט‪ :‬שלאָג מיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬און דער מאַן‬
‫האָט אים ניט געװאָלט שלאָגן‪ 36 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬װ ַײל דו האָסט‬
‫ניט צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון גאָט‪ ,‬אָט גײסטו אַװעק פֿון מיר‪ ,‬און‬

                                           ‫דיך װעט דערשלאָגן אַ לײב‪.‬‬

‫און װי ער איז אַװעקגעגאַנגען פֿון אים‪ ,‬אַזױ האָט אים אָנגעטראָפֿן‬
                                     ‫אַ לײב‪ ,‬און האָט אים דערשלאָגן‪.‬‬

‫‪ 37‬האָט ער אָנגעטראָפֿן אַן אַנדער מאַן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬שלאָג‬
‫מיך‪ ,‬איך בעט דיך‪ .‬און דער מאַן האָט אים געשלאָגן‪ ,‬שלאָגנדיק ביז‬
‫װוּנדן‪ 38 .‬און דער נבֿיא איז געגאַנגען און האָט געהאַרט אױפֿן מלך‬
‫ב ַײם װעג; און ער האָט זיך פֿאַרשטעלט מיטן קאָפּבאַנד איבער ז ַײנע‬
‫אױגן‪ 39 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך איז פֿאַרב ַײגעגאַנגען‪ ,‬אַזױ‬
‫האָט ער געשר ִיען צום מלך און האָט געזאָגט‪ :‬ד ַײן קנעכט איז‬
‫אַרױסגעגאַנגען אין דער מלחמה‪ ,‬ערשט אַ מאַן האָט זיך אָפּגעקערט‪,‬‬
‫און האָט געבראַכט צו מיר אַ מאַן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אָט דעם‬
‫דאָזיקן מאַן‪ ,‬אױב געמינערט װעט ער געמינערט װערן; װעט ד ַײן‬
‫נפֿש ז ַײן אָנשטאָט ז ַײן נפֿש; אָדער אַ צענטנער זילבער װעסטו‬
‫באַצאָלן‪ :‬און װי ד ַײן קנעכט איז געװען פֿאַרטאָן דאָ און דאָרטן‪ ,‬אַזױ‬

                                                   ‫איז ער ניט געװאָרן‪.‬‬

‫האָט דער מלך פֿון ישׂראל צו אים געזאָגט‪ .‬אַזױ זאָל ז ַײן ד ַײן משפּט;‬
                                            ‫דו אַלײן האָסט גע ַפּסקעט‪.‬‬

‫‪ 41‬האָט ער אױף גיך אָפּגעטאָן דעם קאָפּבאַנד פֿון ז ַײנע אױגן‪ ,‬און‬
 ‫דער מלך פֿון ישׂראל האָט אים דערקענט‪ ,‬אַז ער איז פֿון די נבֿיאים‪.‬‬

‫‪ 42‬און ער האָט צו אים געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬װ ַײל דו‬
‫האָסט אַרױסגעלאָזט פֿון דער האַנט דעם מאַן פֿון מ ַײן חרם‪ ,‬זאָל‬
 ‫ד ַײן נפֿש ז ַײן אָנשטאָט ז ַײן נפֿש‪ ,‬און ד ַײן פֿאָלק אָנשטאָט ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 43‬און דער מלך פֿון ישׂראל איז אַװעק צו ז ַײן הױז צעטראָגן און‬
                       ‫פֿאַרבײזערט‪ ,‬און ער איז געקומען קײן שומרון‪.‬‬
   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74