Page 64 - Mlokhim a
P. 64
מלכים א
שטורעם ר ַײסט בערג און ברעכט פֿעלדזן פֿאַר גאָט–ניט אין
שטורעם איז געװען גאָט; און נאָך דעם שטורעם אַן ערדציטערניש–
ניט אין דער ערדציטערניש איז געװען גאָט; 12און נאָך דער
ערדציטערניש אַ פֿ ַײער–ניט אין פֿ ַײער איז געװען גאָט; און נאָך דעם
פֿ ַײער אַ ָקול פֿון אַ דינער שטילקײט 13 .און עס איז געװען ,װי
ֵא ִלָיהו האָט דאָס דערהערט ,אַזױ האָט ער א ַײנגעװיקלט ז ַײן פּנים
אין ז ַײן מאַנטל ,און ער איז אַרױגעגאַנגען ,און האָט זיך געשטעלט
אין א ַײנגאַנג פֿון דער הײל .ערשט אַ ָקול איז געקומען צו אים ,און
האָט געזאָגט:װאָס טוסטו דאֵָ ,א ִלָיהו?
14האָט ער געזאָגט:
אָננעמען האָב איך זיך אָנגענומען
פֿון װעגן יהוה דעם גאָט פֿון צבֿאות;
װ ַײל פֿאַרלאָזן ד ַײן בונד האָבן די קינדער פֿון ישׂראל,
ד ַײנע מזבחות האָבן זײ צעשטערט,
און ד ַײנע נבֿיאים האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד;
און איך אַלײן בין איבערגעבליבן,
און זײ זוכן מ ַײן לעבן צו נעמען.
15האָט גאָט צו אים געזאָגט :קער זיך אום אױף ד ַײן װעג צום מדבר
פֿון דמשׂק ,און זאָלסט קומען און זאַלבן ַחָז ֵאלן פֿאַר אַ מלך איבער
ארם 16 .און ֵיהוּא דעם זון פֿון ִנמשין זאָלסטו זאַלבן פֿאַר אַ מלך
איבער ישׂראל ,און ֶאלישע דעם זון פֿון ָשפֿטן ,פֿון אָבֿל-מחולה,
זאָלסטו זאַלבן פֿאַר אַ נבֿיא אױף ד ַײן אָרט 17 .און עס װעט
ז ַײן ,דעם װאָס װערט אַנטרונען פֿון ַחָז ֵאלס שװערד ,װעט טײטן
ֶאלישע 18 .אָבער איך װעל איבערלאָזן אין ישׂראל זיבן טױזנט–אַלע
קני װאָס האָבן ניט געקניט צו ַב ַעל ,און יעטװעדער מױל װאָס האָט
אים ניט געקושט.
19איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן ,און האָט געטראָפֿן ֶאלישע
דעם זון פֿון ָשפֿטן װי ער אַקערט מיט צװעלף געשפּאַנען פֿאַר אים,
און ער ב ַײם צװעלפֿטן .איז ֵא ִלָיהו אַריבערגעגאַנגען צו אים ,און
האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן ז ַײן מאַנטל אױף אים 20 .האָט ער איבערגעלאָזן
די רינדער ,און איז געלאָפֿן נאָך ֵא ִלָיהון ,און האָט געזאָגט :לאָמיך,
איך בעט דיך ,קושן מ ַײן פֿאָטער און מ ַײן מוטער ,און איך װעל גײן