Page 68 - Mlokhim a
P. 68

‫מלכים א‬

‫‪ 28‬האָט דער געטלעכער מאַן גענענט‪ ,‬און האָט גערעדט צו דעם מלך‬
‫פֿון ישׂראל און געזאָגט‪ :‬װ ַײל די אַ ַרמים האָבן געזאָגט‪ :‬אַ גאָט פֿון‬
‫בערג איז יהוה‪ ,‬און ניט אַ גאָט פֿון טאָלן איז ער‪ ,‬דרום װעל איך‬
‫געבן דעם גאַנצן דאָזיקן גרױסן המון אין ד ַײן האַנט‪ ,‬און איר װעט‬

                                                 ‫װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬

‫‪ 29‬און זײ האָבן געלאַגערט אײנע אַקעגן די אַנדערע זיבן טעג‪ .‬און‬
‫עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג‪ ,‬האָט גענענט די מלחמה‪ ,‬און די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשלאָגן פֿון ארם הונדערט טױזנט‬
‫פֿוסגײער אין אײן טאָג‪ 30 .‬און די איבעריקע ז ַײנען אַנטלאָפֿן קײן‬
‫אַפֿק‪ ,‬אין שטאָט; איז די מױער א ַײנגעפֿאַלן אױף זיבן און צװאַנציק‬
‫טױזנט מאַן װאָס ז ַײנען איבערגעבליבן‪ .‬און ֶבן‪ַ -‬ה ַדד איז אַנטלאָפֿן און‬

              ‫איז אַר ַײן אין שטאָט‪ ,‬אין אַ קאַמער הינטער אַ קאַמער‪.‬‬

‫‪ 31‬האָבן ז ַײנע קנעכט צו אים געזאָגט‪ :‬זע נאָר‪ ,‬מיר האָבן געהערט‬
‫אַז די מלכים פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל ז ַײנען גענאָדיקע מלכים;‬
‫לאָמיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אָנטאָן זאַקקלײדער אױף אונדזערע לענדן‪ ,‬און‬
‫שטריק אױף אונדזער קאָפּ‪ ,‬און לאָמיר אַרױסגײן צו דעם מלך פֿון‬

                               ‫ישׂראל‪ ,‬אפֿשר װעט ער דיך לאָזן לעבן‪.‬‬

‫‪ 32‬האָבן זײ אָנגעגורט זאַקקלײדער אױף זײערע לענדן‪ ,‬און שטריק‬
‫אױף זײערע קעפּ‪ ,‬און זײ ז ַײנען געקומען צו דעם מלך פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫און האָבן געזאָגט‪ :‬ד ַײן קנעכט ֶבן‪ַ -‬ה ַדד האָט געזאָגט‪ :‬לאָמיך לעבן‪,‬‬
 ‫איך בעט דיך‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬לעבט ער נאָך? ער איז מ ַײן ברודער‪.‬‬

‫‪ 33‬און די מענטשן האָבן עס גענומען פֿאַר אַ צײכן‪ ,‬און זײ האָבן זיך‬
‫געא ַײלט און באַװאָרנט אױב ער מײנט עס‪ ,‬און האָבן געזאָגט‪ :‬ד ַײן‬

                 ‫ברודער ֶבן‪ַ -‬ה ַדד‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬גײט ברענגט אים‪.‬‬

‫איז אַרױסגעקומען צו אים ֶבן‪ַ -‬ה ַדד‪ ,‬און ער האָט אים אַרױפֿגענומען‬
‫אױפֿן ר ַײטװאָגן‪ 34 .‬און ] ֶבן‪ַ -‬ה ַדד[ האָט צו אים געזאָגט‪ :‬די שטעט‬
‫װאָס מ ַײן פֿאָטער האָט צוגענומען פֿון ד ַײן פֿאָטער װעל איך‬
‫אומקערן‪ ,‬און גאַסן זאָלסטו דיר מאַכן אין דמשׂק‪ ,‬אַזױ װי מ ַײן‬
‫פֿאָטער האָט געמאַכט אין שומרון‪] .‬האָט אַחאבֿ געזאָגט‪ [:‬און איך‬
‫װעל דיך אַװעקלאָזן מיט דעם דאָזיקן בונד‪ .‬און ער האָט אים‬

                      ‫געשלאָסן אַ בונד‪ ,‬און האָט אים אַװעקגעלאָזט‪.‬‬
   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72   73