Page 65 - Mlokhim a
P. 65

‫מלכים א‬

‫נאָך דיר‪ .‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‪ ,‬קער זיך אום‪ ,‬װאָרום װאָס‬
                                                  ‫האָב איך דיר געטאָן?‬

‫‪ 21‬האָט ער זיך אומגעקערט פֿון הינטער אים‪ ,‬און ער האָט גענומען‬
‫דאָס געשפּאַן רינדער‪ ,‬און האָט עס געשאָכטן‪ ,‬און מיט די שפּאַנצ ַײג‬
‫פֿון די רינדער האָט ער אָפּגעקאָכט זײער פֿלײש; און ער האָט געגעבן‬
‫די מענטשן‪ ,‬און זײ האָבן געגעסן‪ .‬און ער איז אױפֿגעשטאַנען‪ ,‬און‬

                 ‫ער איז געגאַנגען נאָך ֵא ִלָיהון‪ ,‬און האָט אים באַדינט‪.‬‬

‫‪ 1‬און ֶבן‪ַ -‬ה ַדד דער מלך פֿון ארם האָט א ַײנגעזאַמלט ז ַײן גאַנצן‬

‫חיל; און צװײ און דר ַײסיק מלכים ז ַײנען געװען מיט אים‪ ,‬אוןכ‬

‫פֿערד און ר ַײטװעגן‪ .‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געלעגערט‬
‫אױף שומרון‪ ,‬און מלחמה געהאַלטן אױף איר‪ 2 .‬און ער האָט‬
‫געשיקט שלוחים‪ ,‬צו אַחאבֿ דעם מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬אין שטאָט‪ 3 ,‬און‬
‫אים געלאָזט זאָגן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט ֶבן‪ַ -‬ה ַדד‪ :‬ד ַײן זילבער און ד ַײן‬
‫גאָלד איז מ ַײנס‪ ,‬און ד ַײנע װ ַײבער און ד ַײנע שענסטע קינדער ז ַײנען‬

                                                                  ‫מ ַײנע‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט געענטפֿערט דער מלך פֿון ישׂראל און האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ װי‬
  ‫ד ַײן װאָרט‪ ,‬מ ַײן האַר מלך; ד ַײנער בין איך‪ ,‬און אַלץ װאָס איך האָב‪.‬‬

‫‪ 5‬ז ַײנען װידער געקומען די שלוחים‪ ,‬און האָבן געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט‬
‫געזאָגט ֶבן‪ַ -‬ה ַדד‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬איך האָב דיר געשיקט‬
‫זאָגן‪ :‬ד ַײן זילבער און ד ַײן גאָלד‪ ,‬און ד ַײנע װ ַײבער און ד ַײנע קינדער‬
‫זאָלסטו מיר געבן‪ 6 .‬װאָרום אַז מאָרגן אין דער צ ַײט װעל איך שיקן‬
‫צו דיר מ ַײנע קנעכט‪ ,‬װעלן זײ דורכזוכן ד ַײן הױז‪ ,‬און די ה ַײזער פֿון‬
‫ד ַײנע קנעכט; און עס װעט ז ַײן‪ ,‬װוּ נאָר אַ גלוסטיקײט פֿון ד ַײנע‬

           ‫אױגן װעלן זײ אַר ַײנטאָן אין זײער האַנט און אַװעקנעמען‪.‬‬

‫‪ 7‬האָט דער מלך פֿון ישׂראל גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון לאַנד‪ ,‬און‬
‫האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬מערקט אַקאָרשט און זעט‪ ,‬אַז בײז זוכט דער‬
‫דאָזיקער‪ .‬װאָרום ער האָט געשיקט צו מיר אום מ ַײנע װ ַײבער און‬
‫אום מ ַײנע קינדער‪ ,‬און אום מ ַײן זילבער און אום מ ַײן גאָלד‪ ,‬און איך‬
‫האָב ניט פֿאַרמיטן פֿון אים‪ 8 .‬האָבן צו אים געזאָגט אַלע עלטסטע‬

     ‫און דאָס גאַנצע פֿאָלק‪ :‬זאָלסט ניט צוהערן און ניט א ַײנװיליקן‪.‬‬
   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70