Page 62 - Mlokhim a
P. 62

‫מלכים א‬

‫האָבן זײ זײ געכאַפּט‪ ,‬און ֵא ִלָיהו האָט זײ געמאַכט נידערן צום ט ַײך‬
                                 ‫קישון‪ ,‬און האָט זײ דאָרטן געשאָכטן‪.‬‬

‫‪ 41‬און ֵא ִלָיהו האָט געזאָגט צו אַחאבֿן‪ :‬גײ אַרױף‪ ,‬עס און טרינק‪,‬‬
                             ‫װאָרום עס איז אַ גערױש פֿון אַ סך רעגן‪.‬‬

‫‪ 42‬איז אַחאבֿ אַרױפֿגעגאַנגען עסן און טרינקען‪ .‬און ֵא ִלָיהו איז‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ ַכּרמל‪ ,‬און האָט זיך א ַײנגעבױגן צו דער‬
‫ערד‪ ,‬און אַר ַײנגעטאָן ז ַײן פּנים צװישן ז ַײנע קני‪ 43 .‬און ער האָט‬

         ‫געזאָגט צו ז ַײן יונג‪ :‬גײ אַקאָרשט אַרױף‪ ,‬טו אַ קוק קעגן ים‪.‬‬

‫איז ער אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געקוקט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪:‬‬
                                                        ‫ניטאָ גאָרנישט‪.‬‬

‫האָט ער געזאָגט‪ :‬״גײ װידער״‪ ,‬זיבן מאָל‪ 44 .‬און עס איז געװען אױפֿן‬
‫זיבעטן מאָל‪ ,‬האָט ער געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬אַ קלײן װאָלקנדל אָזױ װי די‬
‫האַנט פֿון אַ מענטשן גײט אױף פֿון ים‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬גײ אַרױף‪,‬‬
‫זאָג צו אַחאבֿן‪ :‬שפּאַן א ַײן און נידער אַראָפּ‪ .‬כּדי דער רעגן זאָל דיך‬

                                                        ‫ניט פֿאַרהאַלטן‪.‬‬

‫‪ 45‬און עס איז געװען‪ ,‬אײדער װאָס װען איז דער הימל שװאַרץ‬
‫געװאָרן פֿון װאָלקנס און געװיטער‪ ,‬און עס איז געװאָרן אַ גרױסער‬
‫רעגן‪ .‬און אַחאבֿ האָט זיך אַרױפֿגעזעצט‪ ,‬און איז אַװעק קײן יזרעאל‪.‬‬

‫‪ 46‬און די האַנט פֿון גאָט איז געװען אױף ֵא ִלָיהון‪ ,‬און ער האָט‬
‫אָנגעגורט ז ַײנע לענדן‪ ,‬און איז געלאָפֿן פֿאַרױס פֿאַר אַחאבֿן ביז װוּ‬

                                                ‫דו קומסט קײן יזרעאל‪.‬‬

‫‪ 1‬און אַחאבֿ האָט דערצײלט ִאֶזבֿלען אַלץ װאָס ֵא ִלָיהו האָט‬

‫געטאָן‪ ,‬און אַלץ דינג װי אַזױ ער האָט געהרגעט אַלע נבֿיאיםיט‬

‫מיטן שװערד‪ 2 .‬האָט ִאֶזבֿל געשיקט אַ ָש ִליח צו ֵא ִלָיהון‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬זאָלן די געטער טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אױב איך װעל מאָרגן‬
‫אין דער צ ַײט ניט מאַכן ד ַײן לעבן אַזױ װי דאָס לעבן פֿון אײנעם פֿון‬

                                                                     ‫זײ!‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67