Page 59 - Mlokhim a
P. 59

‫מלכים א‬

‫צו אים געזאָגט‪ :‬איך; גײ זאָג ד ַײן האַר‪ :‬אָן איז ֵא ִלָיהו‪ 9 .‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬װאָס האָב איך געזינדיקט‪ ,‬אַז דו װילסט געבן ד ַײן קנעכט‬
‫אין אַחאבֿס האַנט‪ ,‬מיך צו טײטן? ‪ 10‬אַזױ װי עס לעבט יהוה ד ַײן‬
‫גאָט‪ ,‬אױב עס איז דאָ אַ פֿאָלק אָדער אַ קיניגר ַײך‪ ,‬װאָס מ ַײן האַר‬
‫האָט ניט געשיקט אַהין דיך זוכן! און אַז זײ האָבן געזאָגט‪ :‬ניטאָ‪,‬‬
‫האָט ער געמאַכט שװערן דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגר ַײך‪ ,‬אַז מע‬
‫האָט דיך ניט געפֿונען‪ 11 .‬און אַצונד זאָגסטו‪ :‬גײ זאָג ד ַײן האַר‪ :‬אָן‬
‫איז ֵא ִלָיהו‪ 12 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬װי איך װעל אַװעקגײן פֿון דיר‪ ,‬אַזױ‬
‫װעט דער ג ַײסט פֿון גאָט דיך פֿאַרטראָגן‪ ,‬איך װײס ניט װוּהין‪ ,‬און אַז‬
‫איך װעל קומען אָנזאָגן אַחאבֿן‪ ,‬און ער װעט דיך ניט געפֿינען‪ ,‬װעט‬
‫ער מיך הרגען; און ד ַײן קנעכט פֿאָרכט יהוה פֿון מ ַײן יוגנט אָן‪13 .‬‬
‫איז ניט דערצײלט געװאָרן צו מ ַײן האַר װאָס איך האָב געטאָן‪ ,‬װען‬
‫ִאֶזבֿל האָט אױסגעהרגעט די נבֿיאים פֿון יהוה‪ ,‬װי איך האָב‬
‫באַהאַלטן הונדערט מאַן פֿון די נבֿיאים צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל‪,‬‬
‫און האָב זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער? ‪ 14‬און‬
‫אַצונד זאָגסטו‪ :‬גײ זאָג ד ַײן האַר‪ :‬אָן איז ֵא ִלָיהו; און ער װעט מיך‬

                                                                 ‫הרגען‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט ֵא ִלָיהו געזאָגט‪ :‬אַזױ װי עס לעבט גאָט פֿון צבֿאות װאָס איך‬
               ‫שטײ פֿאַר אים‪ ,‬אַז ה ַײנט װעל איך זיך װ ַײזן פֿאַר אים!‬

‫‪ 16‬איז עוֹבֿדָיהו געגאַנגען אַנטקעגן אַחאבֿן‪ ,‬און האָט אים דערצײלט;‬
‫און אַחאבֿ איז געגאַנגען אַנטקעגן ֵא ִלָיהון‪ 17 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי‬
‫אַחאבֿ האָט דערזען ֵא ִלָיהון‪ ,‬אַזױ האָט אַחאבֿ צו אים געזאָגט‪ :‬ביסט‬
‫דו דאָס‪ ,‬פֿאַראומגליקער פֿון ישׂראל? ‪ 18‬האָט ער געזאָגט‪ :‬ניט איך‬
‫האָב פֿאַראומגליקט ישׂראל‪ ,‬נאָר דו און ד ַײן פֿאָטערס הױז‪ ,‬מיט‬
‫װאָס איר האָט פֿאַרלאָזן די געבאָט פֿון יהוה‪ ,‬און ביסט געגאַנגען‬
‫נאָך די ַב ַעל‪-‬געטער‪ 19 .‬און אַצונד‪ ,‬שיק זאַמל א ַײן צו מיר גאַנץ‬
‫ישׂראל אױפֿן באַרג ַכּרמל‪ ,‬און די פֿיר הונדערט און פֿופֿציק נבֿיאים‬
‫פֿון ַב ַעל‪ ,‬און די פֿיר הונדערט נבֿיאים פֿון דער אַ ֵש ָרה‪ ,‬װאָס עסן ב ַײם‬

                                                       ‫טיש פֿון ִאֶזבֿלען‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט אַחאבֿ געשיקט צװישן אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און האָט‬
‫א ַײנגעזאַמלט די נבֿיאים אױפֿן באַרג ַכּרמל‪ 21 .‬און ֵא ִלָיהו האָט‬
‫גענענט צום גאַנצן פֿאָלק‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬ביז װאַנען װעט איר‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64