Page 61 - Mlokhim a
P. 61

‫מלכים א‬

‫אױף דעם אָװנט‪-‬קרבן‪ ,‬אָבער קײן ָקול און קײן ענטפֿער און קײן‬
                                                                ‫הערונג‪.‬‬

‫‪ 30‬האָט ֵא ִלָיהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק‪ :‬גענענט צו מיר‪ .‬האָט דאָס‬
‫גאַנצע פֿאָלק גענענט צו אים‪ ,‬און ער האָט פֿאַרריכט דעם‬
‫צעשטערטן מזבח פֿון יהוה‪ 31 .‬און ֵא ִלָיהו האָט גענומען צװעלף‬
‫שטײנער אַזױ װי די צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יעקבֿ‪,‬‬
‫װאָס דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו אים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ישׂראל‬
‫זאָל ז ַײן ד ַײן נאָמען‪ 32 .‬און ער האָט אױפֿגעבױט פֿון די שטײנער אַ‬
‫מזבח צו דעם נאָמען פֿון יהוה‪ ,‬און האָט געמאַכט אַ גראָבן‪ ,‬גרױס װי‬
‫פֿאַר צװײ ְסאָה זריעה‪ ,‬רונד אַרום מזבח‪ 33 .‬און ער האָט‬
‫אױסגעלײגט דאָס האָלץ‪ ,‬און צעשניטן דעם אָקס‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן‬
‫אױפֿן האָלץ‪ 34 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬פֿילט אָן פֿיר קריג מיט‬
‫װאַסער‪ ,‬און גיסט אַרױף אױף דעם בראַנדאָפּפֿער און אױפֿן האָלץ‪.‬‬
‫און ער האָט געזאָגט‪ :‬טוט עס אַ צװײט מאָל; און זײ האָבן עס‬
‫געטאָן אַ צװײט מאָל‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬טוט עס אַ דריט מאָל; און‬
‫זײ האָבן עס געטאָן אַ דריט מאָל‪ 35 .‬און דאָס װאַסער איז געגאַנגען‬
‫רונד אַרום מזבח; און אױך דעם גראָבן האָט ער אָנגעפֿילט מיט‬

                                                                ‫װאַסער‪.‬‬

‫‪ 36‬און עס איז געװען װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט‪-‬קרבן‪ ,‬האָט‬
‫ֵא ִלָיהו הנבֿיא גענענט און האָט געזאָגט‪ :‬יהוה דו גאָט פֿון אבֿרהם‪,‬‬
‫יצחק‪ ,‬און ישׂראל‪ ,‬זאָל ה ַײנט באַװוּסט װערן אַז דו ביסט גאָט אין‬
‫ישׂראל‪ ,‬און איך בין ד ַײן קנעכט‪ ,‬און דורך מ ַײן װאָרט האָב איך‬
‫געטאָן אַלע די דאָזיקע זאַכן‪ 37 .‬ענטפֿער מיר‪ ,‬יהוה‪ ,‬ענטפֿער מיר‪.‬‬
‫און זאָל דאָס דאָזיקע פֿאָלק װיסן אַז דו יהוה ביסט גאָט; אַזיסט‬

                                   ‫קערסטו אָפּ זײער האַרץ אַהינטער‪.‬‬

‫‪ 38‬איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ פֿ ַײער פֿון גאָט‪ ,‬און האָט פֿאַרצערט דאָס‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס האָלץ‪ ,‬און די שטײנער‪ ,‬און די ערד; אַפֿילו‬
‫דאָס װאַסער אין גראָבן האָט עס אױסגעלעקט‪ 39 .‬און דאָס גאַנצע‬
‫פֿאָלק האָט געזען‪ ,‬און זײ ז ַײנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים‪ ,‬און האָבן‬

                      ‫געזאָגט‪ :‬יהוה‪ ,‬ער איז גאָט! יהוה‪ ,‬ער איז גאָט!‬

‫‪ 40‬האָט ֵא ִלָיהו צו זײ געזאָגט‪ :‬כאַפּט די נבֿיאים פֿון ַב ַעל; קײנער זאָל‬
                                            ‫ניט אַנטרונען װערן פֿון זײ‪.‬‬
   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66