Page 60 - Mlokhim a
P. 60

‫מלכים א‬

‫אומשפּרינגען אױף צװײ צװ ַײגן? אױב יהוה איז גאָט‪ ,‬גײט נאָך אים‪,‬‬
                                          ‫און אױב ַב ַעל‪ ,‬גײט נאָך אים‪.‬‬

                 ‫און דאָס פֿאָלק האָט אים אַ װאָרט ניט געענטפֿערט‪.‬‬

‫‪ 22‬האָט ֵא ִלָיהו געזאָגט צום פֿאָלק‪ :‬איך אַלײן בין געבליבן אַ נבֿיא צו‬
‫יהוה‪ ,‬און די נבֿיאים פֿון ַב ַעל ז ַײנען פֿיר הונדערט און פֿופֿציק מאַן‪.‬‬
‫‪ 23‬טאָ זאָל מען אונדז געבן צװײ אָקסן; און זאָלן זײ זיך אױסקל ַײבן‬
‫אײן אָקס‪ ,‬און אים צעשנ ַײדן און אַרױפֿלײגן אױפֿן האָלץ‪ ,‬און פֿ ַײער‬
‫זאָלן זײ ניט אונטערלײגן‪ .‬און איך װעל מאַכן דעם אַנדער אָקס‪ ,‬און‬
‫אַרױפֿטאָן אױפֿן האָלץ‪ ,‬און פֿ ַײער װעל איך ניט אונטערלײגן‪ 24 .‬און‬
‫איר װעט רופֿן צו דעם נאָמען פֿון א ַײער גאָט‪ ,‬און איך װעל רופֿן צו‬
‫דעם נאָמען פֿון יהוה; און עס װעט ז ַײן‪ ,‬דער גאָט װאָס װעט‬

                                     ‫ענטפֿערן מיט פֿ ַײער‪ ,‬ער איז גאָט‪.‬‬

‫האָט זיך אָפּגערופֿן דאָס גאַנצע פֿאָלק און האָט געזאָגט‪ :‬װױל‬
                                                               ‫גערעדט!‬

‫‪ 25‬האָט ֵא ִלָיהו געזאָגט צו די נבֿיאים פֿון ַב ַעל‪ :‬קל ַײבט א ַײך אױס‬
‫אײן אָקס‪ ,‬און מאַכט אים צוערשט‪ ,‬װאָרום איר ז ַײט די פֿיל; און‬
‫רופֿט צו דעם נאָמען פֿון א ַײער גאָט‪ ,‬און פֿ ַײער זאָלט איר ניט‬

                                                           ‫אונטערלײגן‪.‬‬

‫‪ 26‬האָבן זײ גענומען דעם אָקס װאָס מע האָט זײ געגעבן‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אים געמאַכט‪ ,‬און האָבן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון ַב ַעל‪ ,‬פֿון‬
‫פֿרימאָרגן ביזן מיטן טאָג‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ַ :‬ב ַעל‪ ,‬ענטפֿער אונדז! אָבער‬
‫קײן ָקול און קײן ענטפֿער‪ .‬װי זײ האָבן געהונקען אַרום דעם מזבח‬
‫װאָס מע האָט געמאַכט‪ 27 .‬און עס איז געװען אין מיטן טאָג‪ ,‬האָט‬
‫ֵא ִלָיהו געשפּעט פֿון זײ‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬רופֿט אױף אַ הױכן‬
‫ָקול‪ ,‬װאָרום ער איז אַ גאָט; ער האָט זיך מסתּם פֿאַררעדט‪ ,‬אָדער ער‬
‫איז אַװעק אָן אַ ז ַײט‪ ,‬אָדער ער איז אין װעג; אפֿשר שלאָפֿט ער‪ ,‬און‬

                                                    ‫װעט זיך אױפֿכאַפּן‪.‬‬

‫‪ 28‬און זײ האָבן גערופֿן אױף אַ הױכן ָקול‪ ,‬און האָבן זיך‬
‫א ַײנגעשניטן‪ ,‬אַזױ װי זײער שטײגער‪ ,‬מיט שװערדן און מיט שפּיזן‪,‬‬
‫ביז בלוט האָט זיך געגאָסן אױף זײ‪ 29 .‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז דער‬
‫מיטן טאָג איז אַריבער‪ ,‬האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט ביז װען מע ברענגט‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65