Page 55 - Mlokhim a
P. 55
מלכים א
הינטער ִתּבֿני דעם זון פֿון גינתן .און ִתּבֿני איז אומגעקומען ,און
ָעמרי איז געבליבן מלך.
23אין אײן און דר ַײסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה איז
ָעמרי געװאָרן מלך איבער ישׂראל] ,און האָט געקיניגט[ צװעלף יאָר;
אין ִתּר ָצה האָט ער געקיניגט זעקס יאָר 24 .און ער האָט אָפּגעקױפֿט
דעם באַרג שומרון פֿון ֶש ֶמרן פֿאַר צװײ צענטנער זילבער ,און האָט
באַבױט דעם באַרג ,און גערופֿן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט װאָס ער
האָט געבױט ,אױף דעם נאָמען פֿון ֶש ֶמר ,דעם האַר פֿון דעם באַרג,
שומרון.
25און ָעמרי האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,און
ער האָט זיך געפֿירט ערגער װי אַלע װאָס פֿאַר אים 26 .און ער איז
געגאַנגען אין אַל דעם װעג פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,און אין ז ַײן
זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל ,צו דערצערענען יהוה
דעם גאָט פֿון ישׂראל מיט זײערע נישטיקע געצן.
27און די איבעריקע זאַכן פֿון ָעמרין װאָס ער האָט געטאָן ,און ז ַײן
גבֿוּרהשאַפֿט װאָס ער האָט אױפֿגעטאָן ,דאָס איז שױן באַשריבן אין
בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
28און ָעמרי האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און איז באַגראָבן
געװאָרן אין שומרון ,און ז ַײן זון אַחאבֿ איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן
אָרט.
29און אַחאבֿ דער זון פֿון ָעמרין איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין
אַכט און דר ַײסיקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה .און אַחאבֿ
דער זון פֿון ָעמרין האָט געקיניגט איבער ישׂראל אין שומרון צװײ
און צװאַנציק יאָר.
30און אַחאבֿ דער זון פֿון ָעמרין האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין
די אױגן פֿון גאָט ,מער פֿון אַלע װאָס פֿאַר אים 31 .און װינציק ז ַײן
גײן אין די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,האָט ער נאָך גענומען
פֿאַר אַ װ ַײב ִאֶזבֿל די טאָכטער פֿון ֶאת ַב ַעל דעם מלך פֿון די צידונים,
און איז געגאַנגען און האָט געדינט ַב ַעל ,און זיך געבוקט צו אים32 .
און ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ מזבח צו ַב ַעל ,אין דעם הױז פֿון ַב ַעל
װאָס ער האָט געבױט אין שומרון 33 .און אַחאבֿ האָט געמאַכט די