Page 51 - Mlokhim a
P. 51

‫מלכים א‬

‫איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף יהוּדה‪ ,‬און האָט געבױט רמה‪ ,‬כּדי ניט צו‬
‫דערלאָזן אַן אַרױסגײער און אַן אַר ַײנגײער ב ַײ אָסאָ דעם מלך פֿון‬

                                                                 ‫יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 18‬האָט אָסאָ גענומען דאָס גאַנצע זילבער און גאָלד װאָס איז‬
‫געבליבן אין די אוֹצרות פֿון גאָטס הױז‪ ,‬און די אוֹצרות פֿון מלכס‬
‫הױז‪ ,‬און האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון ז ַײנע קנעכט; און דער‬
‫מלך אָסאָ האָט זײ געשיקט צו ֶבן‪ַ -‬ה ַדד דעם זון פֿון ַטבֿ ִרמון דעם זון‬
‫פֿון ֶחזיונען‪ ,‬דעם מלך פֿון ארם‪ ,‬װאָס איז געזעסן אין דמשׂק‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 19 :‬אַ בונד איז צװישן מיר און צװישן דיר‪ ,‬צװישן מ ַײן פֿאָטער‬
‫און צװישן ד ַײן פֿאָטער; אָט שיק איך דיר אַ מתּנה זילבער‪ ,‬און‬
‫גאָלד; גײ‪ ,‬פֿאַרשטער ד ַײן בונד מיט ַבעשא דעם מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬כּדי‬

                                               ‫ער זאָל אָפּצִיען פֿון מיר‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט ֶבן‪ַ -‬ה ַדד צוגעהערט צום מלך אָסאָ‪ ,‬און ער האָט געשיקט‬
‫ז ַײנע חיל‪-‬פֿירער אױף די שטעט פֿון ישׂראל‪ ,‬און האָט געשלאָגן ִעיון‪,‬‬
‫און ָדן‪ ,‬און אָבֿל‪-‬בית‪-‬מע ָכה‪ ,‬און גאַנץ ִכּנרות‪ ,‬מיט דעם גאַנצן לאַנד‬

                                                                 ‫נפֿתּלי‪.‬‬

‫‪ 21‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ַבעשא האָט דערהערט‪ ,‬אַזױ האָט ער‬
‫אױפֿגעהערט אַרומבױען רמה‪ ,‬און איז געזעסן אין ִתּר ָצה‪ 22 .‬און‬
‫דער מלך אָסאָ האָט צונױפֿגערופֿן גאַנץ יהוּדה‪ ,‬קײנעם ניט‬
‫אױסגעלאָזט‪ ,‬און זײ האָבן אַװעקגעטראָגן די שטײנער פֿון רמה און‬
‫אירע האָלצן‪ ,‬מיט װאָס ַבעשא האָט געבױט; און דער מלך אָסאָ‬

                         ‫האָט מיט זײ באַבױט ֶגבֿע‪-‬בנימין‪ ,‬און ִמצ ָפּה‪.‬‬

‫‪ 23‬און די איבעריקע זאַכן װעגן אָסאָן‪ ,‬און ז ַײן גאַנצע גבֿוּרהשאַפֿט‪,‬‬
‫און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן‪ ,‬און די שטעט װאָס ער האָט געבױט‪,‬‬
‫דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים‬
‫פֿון יהוּדה‪ .‬נאָר צו דער צ ַײט פֿון ז ַײן עלטער איז ער קראַנק געװאָרן‬

                                                           ‫אױף די פֿיס‪.‬‬

‫‪ 24‬און אָסאָ האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און ער איז‬
‫באַגראָבן געװאָרן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ז ַײן פֿאָטער ָד ִודס שטאָט‪,‬‬

                  ‫און ז ַײן זון יהוֹשפֿט איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט‪.‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56