Page 50 - Mlokhim a
P. 50

‫מלכים א‬

‫רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬און האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון‬
‫אַלץ װאָס ער האָט אים באַפֿױלן‪ ,‬אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן‪ ,‬אחוץ אין‬

                                     ‫דער מעשׂה מיט אוּ ִריה דעם ִחתּי‪.‬‬

‫‪ 6‬און אַ מלחמה איז געװען צװישן ר ַחבֿעמען און צװישן ָי ָרבֿ ָעמען‬
                                                ‫אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן‪.‬‬

‫‪ 7‬און די איבעריקע זאַכן װעגן אַבָֿימען‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון‬
‫די מלכים פֿון יהוּדה‪ .‬און אַ מלחמה איז געװען צװישן אַבָֿימען און‬

                                                       ‫צװישן ָי ָרבֿ ָעמען‪.‬‬

‫‪ 8‬און אַבָֿים האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און מע האָט אים‬
‫באַגראָבן אין ָד ִודס‪-‬שטאָט‪ .‬און ז ַײן זון אָסאָ איז געװאָרן מלך אױף‬

                                                               ‫ז ַײן אָרט‪.‬‬

‫‪ 9‬און אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם מלך פֿון ישׂראל‪ ,‬איז‬
‫אָסאָ געװאָרן מלך איבער יהוּדה‪ 10 .‬און אײן און פֿערציק יאָר האָט‬
‫ער געקיניגט אין ירושלים‪ .‬און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען‬

                                   ‫מעכה די טאָכטער פֿון אַבֿי ָשלומען‪.‬‬

‫‪ 11‬און אָסאָ האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון‬
‫גאָט‪ ,‬אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער דוד‪ 12 .‬און ער האָט אָפּגעשאַפֿט פֿון לאַנד‬
‫די שאַנדמענער‪ ,‬און האָט אָפּגעטאָן אַלע אָפּגעטער װאָס ז ַײנע‬
‫עלטערן האָבן געמאַכט‪ 13 .‬און אױך ז ַײן מוטער מעכהן האָט ער‬
‫אָפּגעטאָן פֿון ז ַײן אַ האַרינטע‪ ,‬װ ַײל זי האָט געמאַכט אַ פֿאַרזעעניש‬
‫צו דער אַ ֵש ָרה‪ .‬און אָסאָ האָט אָפּגעהאַקט איר פֿאַרזעעניש‪ ,‬און‬
‫פֿאַרברענט ב ַײם ט ַײך ִקדרון‪ 14 .‬נאָר די ָבמות ז ַײנען ניט אָפּגעטאָן‬
‫געװאָרן; אָבער דאָס האַרץ פֿון אָסאָן איז געװען גאַנץ מיט גאָט אַלע‬

                                                              ‫ז ַײנע טעג‪.‬‬

‫‪ 15‬און ער האָט געבראַכט די געהײליקטע זאַכן פֿון ז ַײן פֿאָטער‪ ,‬און‬
‫ז ַײנע אײגענע געהײליקטע זאַכן‪ ,‬אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬זילבער‪ ,‬און‬

                                                       ‫גאָלד‪ ,‬און כּלים‪.‬‬

‫‪ 16‬און אַ מלחמה איז געװען צװישן אָסאָן און צװישן ַבעשא דעם‬
‫מלך פֿון ישׂראל אַלע זײערע טעג‪ 17 .‬און ַבעשא דער מלך פֿון ישׂראל‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55