Page 52 - Mlokhim a
P. 52

‫מלכים א‬

‫‪ 25‬און ָנדבֿ דער זון פֿון ָי ָרבֿ ָעמען איז געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין‬
‫צװײטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬און ער האָט געקיניגט‬
‫איבער ישׂראל צװײ יאָר‪ 26 .‬און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט‬
‫אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון ז ַײן‬

    ‫פֿאָטער‪ ,‬און אין ז ַײן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 27‬און ַבעשא דער זון פֿון אַ ִחיהן‪ ,‬פֿון דעם הױז פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬האָט‬
‫געמאַכט אַ בונט אױף אים‪ ,‬און ַבעשא האָט אים געשלאָגן אין ִגבתון‬
‫װאָס געהערט צו די פּלשתּים‪ ,‬װען ָנדבֿ און גאַנץ ישׂראל האָבן‬
‫געלעגערט אױף ִגבתון‪ 28 .‬און ַבעשא האָט אים געטײט אין דריטן‬
‫יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬און איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן‬
‫אָרט‪ 29 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ער איז געװאָרן מלך‪ ,‬האָט ער‬
‫דערשלאָגן דאָס גאַנצע הױז פֿון ָי ָרבֿ ָעמען; ער האָט ניט איבערגעלאָזן‬
‫קײן לעבעדיקן אָטעם פֿון ָי ָרבֿ ָעמען‪ ,‬ביז ער האָט אים פֿאַרטיליקט‪,‬‬
‫אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט דורך ז ַײן קנעכט‬
‫אַ ִחיהן פֿון שילו; ‪ 30‬פֿאַר די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעמען װאָס ער האָט‬
‫געזינדיקט‪ ,‬און װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל ; פֿון װעגן ז ַײן‬

  ‫דערצערענונג װאָס ער האָט דערצערנט יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 31‬און די איבעריקע זאַכן װעגן ָנדבֿן‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן‪,‬‬
‫דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים‬

                                                            ‫פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 32‬און אַ מלחמה איז געװען צװישן אָסאָן און צװישן ַבעשא דעם‬
                                     ‫מלך פֿון ישׂראל אַלע זײערע טעג‪.‬‬

‫‪ 33‬אין דריטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬איז ַבעשא דער זון‬
‫פֿון אַ ִחיהן געװאָרן מלך איבער גאַנץ ישׂראל אין ִתּר ָצה‪] ,‬און האָט‬
‫געקיניגט[ פֿיר און צװאַנציק יאָר‪ 34 .‬און ער האָט געטאָן װאָס איז‬
‫שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬און איז געגאַנגען אין דעם װעג פֿון‬

   ‫ָי ָרבֿ ָעמען‪ ,‬און אין ז ַײן זינד װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו ֵיהוּא דעם זון פֿון‬

‫ַחָננין‪ ,‬אױף ַבעשאן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬װ ַײל איך האָב דיךטז‬

‫אױפֿגעהױבן פֿון שטױב‪ ,‬און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער‬
   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57