Page 48 - Mlokhim a
P. 48
מלכים א
װעט קומען צו קבֿורה ,װ ַײל אין אים איז געפֿונען געװאָרן עפּעס
גוטס אַקעגן יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל ,אין ָי ָרבֿ ָעמס הױז 14 .און
גאָט װעט זיך אױפֿשטעלן אַ מלך איבער ישׂראל ,װאָס װעט
פֿאַרשנ ַײדן ָי ָרבֿ ָעמס הױז יענעם טאָג .אָבער אַפֿילו דענצמאָל איז
װאָס? 15װאָרום גאָט װעט שלאָגן ישׂראל ,אַזױ װי אַ ראָר װערט
געטרײסלט אין װאַסער ,און ער װעט אױסר ַײסן ישׂראל פֿון דער
דאָזיקער גוטער ערד װאָס ער האָט געגעבן זײערע עלטערן ,און ער
װעט זײ צעשפּרײטן פֿון יענער ז ַײט ט ַײך ,פֿאַר װאָס זײ האָבן
געמאַכט זײערע געצנבײמער ,דערצערענענדיק גאָט 16 .און ער װעט
איבערגעבן ישׂראל פֿון װעגן די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעמען װאָס ער האָט
געזינדיקט ,און װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל.
17און ָי ָרבֿ ָעמס װ ַײב איז אױפֿגעשטאַנען ,און איז אַװעקגעגאַנגען
און געקומען קײן ִתּר ָצה; װי זי איז געקומען אױף דעם שװעל פֿון
הױז ,אַזױ איז דאָס יִינגל געשטאָרבן 18 .און גאַנץ ישׂראל האָבן אים
באַגראָבן ,און אים באַקלאָגט; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער
האָט גערעדט דורך ז ַײן קנעכט אַ ִחיה דעם נבֿיא.
19און די איבעריקע זאַכן װעגן ָי ָרבֿ ָעמען ,װי ער האָט מלחמה
געהאַלטן ,און װי ער האָט געקיניגט ,דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון
די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל .
20און די טעג װאָס ָי ָרבֿ ָעם האָט געקיניגט ,ז ַײנען געװען צװײ און
צװאַנציק יאָר ,און ער האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ז ַײן
זון ָנדבֿ איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
21און ר ַחבֿעם דער זון פֿון שלמהן האָט געקיניגט אין יהוּדה .אײן
און פֿערציק יאָר איז ר ַחבֿעם אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך,
און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים ,דער שטאָט װאָס
גאָט האָט אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים אין ישׂראל ,צו טאָן ז ַײן
נאָמען דאָרטן .און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ַנ ַע ָמה די
עמונית.
22און יהוּדה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט,
און זײ האָבן אים דערצערנט מער װי אַלץ װאָס זײערע עלטערן
האָבן געטאָן ,מיט זײערע זינד װאָס זײ האָבן געזינדיקט 23 .און זײ
אױך האָבן זיך געבױט ָבמות ,און ז ַײלשטײנער ,און געצנבײמער ,אױף