Page 45 - Mlokhim a
P. 45

‫מלכים א‬

‫ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער ב ַײ דיר אין דעם דאָזיקן אָרט‪.‬‬
‫‪ 17‬װאָרום אַן אָנזאָג האָב איך דורך דעם װאָרט פֿון גאָט‪ :‬זאָלסט ניט‬
‫עסן קײן ברױט און ניט טרינקען דאָרטן קײן װאַסער‪ ,‬און זאָלסט זיך‬
‫ניט אומקערן צו גײן מיט דעם װעג װאָס דו ביסט אױף אים‬
‫געגאַנגען‪ 18 .‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬איך בין אױך אַ נבֿיא אַזױ װי‬
‫דו‪ ,‬און אַ מלאך האָט גערעדט צו מיר דורך דעם װאָרט פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬קער אים אום מיט דיר אין ד ַײן הױז‪ ,‬און ער זאָל עסן ברױט‬

                     ‫און טרינקען װאַסער‪ .‬ליגן האָט ער אים געזאָגט‪.‬‬

‫‪ 19‬האָט ער זיך אומגעקערט מיט אים‪ ,‬און ער האָט געגעסן ברױט‬
‫אין ז ַײן הױז‪ ,‬און געטרונקען װאַסער‪ 20 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי ז ַײן‬
‫זיצן ב ַײם טיש‪ ,‬אַזױ איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו דעם נבֿיא‬
‫װאָס האָט אים אומגעקערט‪ 21 .‬און ער האָט אױסגערופֿן צו דעם‬
‫געטלעכן מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אַזױ האָט‬
‫גאָט געזאָגט‪ :‬װ ַײל דו האָסט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון גאָט‪ ,‬און‬
‫האָסט ניט געהיט דעם באַפֿעל װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר‬
‫באַפֿױלן‪ 22 ,‬און האָסט זיך אומגעקערט‪ ,‬און געגעסן ברױט און‬
‫געטרונקען װאַסער אין דעם אָרט װאָס ער האָט דיר אָנגעזאָגט‪:‬‬
‫זאָלסט ניט עסן קײן ברױט און ניט טרינקען קײן װאַסער – װעט‬

         ‫ד ַײן טױטער ל ַײב ניט קומען צו דעם קבֿר פֿון ד ַײנע עלטערן‪.‬‬

‫‪ 23‬און עס איז געװען‪ ,‬נאָך דעם װי ער האָט געגעסן ברױט‪ ,‬און נאָך‬
‫דעם װי ער האָט געטרונקען‪ ,‬האָט ער אָנגעזאָטלט דעם אײזל פֿאַר‬
‫אים – פֿאַר דעם נבֿיא װאָס ער האָט אים אומגעקערט‪ 24 .‬און ער‬
‫איז אַװעקגעגאַנגען‪ ,‬און אַ לײב האָט אים אָנגעטראָפֿן אין װעג‪ ,‬און‬
‫האָט אים געטײט; און ז ַײן ל ַײב איז געלעגן אַװעקגעװאָרפֿן אױפֿן‬
‫װעג‪ ,‬און דער אײזל איז געשטאַנען לעבן אים; אױך דער לײב איז‬
‫געשטאַנען לעבן דעם טױטן ל ַײב‪ 25 .‬ערשט מענטשן ז ַײנען‬
‫פֿאַרב ַײגעגאַנגען‪ ,‬און האָבן געזען דעם טױטן ל ַײב אַװעקגעװאָרפֿן‬
‫אױפֿן װעג‪ ,‬און דעם לײב שטײענדיק לעבן דעם טױטן ל ַײב; ז ַײנען זײ‬
‫געקומען און האָבן דערצײלט אין דער שטאָט װאָס דער אַלטער‬
‫נבֿיא איז אין איר געזעסן‪ 26 .‬האָט דערהערט דער נבֿיא װאָס האָט‬
‫אים אומגעקערט פֿון װעג‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬דאָס איז דער‬
‫געטלעכער מאַן װאָס האָט װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון גאָט‪ ,‬און‬
‫גאָט האָט אים איבערגעגעבן צום לײב‪ ,‬און ער האָט אים צעריסן‬
   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50