Page 54 - Mlokhim a
P. 54
מלכים א
דאָס גאַנצע הױז פֿון ַבעשאן ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער
האָט גערעדט װעגן ַבעשאן דורך ֵיהוּא דעם נבֿיא 13 ,פֿאַר אַלע זינד
פֿון ַבעשאן ,און די זינד פֿון ז ַײן זון ֵא ָלהן ,װאָס זײ האָבן געזינדיקט,
און װאָס זײ האָבן געמאַכט זינדיקן ישׂראל ,צו דערצערענען יהוה
דעם גאָט פֿון ישׂראל מיט זײערע נישטיקע געצן.
14און די איבעריקע זאַכן װעגן ֵא ָלהן ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון
די מלכים פֿון ישׂראל.
15אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר פֿון אָסאָ דעם מלך פֿון יהוּדה,
האָט ִזמרי געקיניגט זיבן טעג אין ִתּר ָצה ,בעת דאָס פֿאָלק האָט
געלאַגערט אױף ִגבתון װאָס געהערט צו די פּלשתּים 16 .און דאָס
פֿאָלק װאָס האָט געלאַגערט האָט געהערט ,אַזױ צו זאָגןִ :זמרי האָט
געמאַכט אַ בונט ,און ער האָט אױך דערשלאָגן דעם מלך; און גאַנץ
ישׂראל האָבן געמאַכט ָעמרי דעם חיל-פֿירער פֿאַר אַ מלך איבער
ישׂראל ,אין יענעם טאָג אין לאַגער 17 .און ָעמרי און גאַנץ ישׂראל
מיט אים ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען פֿון ִגבתון ,און האָבן געלעגערט אױף
ִתּר ָצה.
18און עס איז געװען ,װי ִזמרי האָט געזען אַז די שטאָט איז
באַצװוּנגען ,אַזױ איז ער אַר ַײנגעגאַנגען אין פּאַלאַץ פֿון מלכס הױז,
און האָט אָנגעצונדן איבער זיך דעם מלכס הױז אין פֿ ַײער ,און איז
געשטאָרבן; 19איבער ז ַײנע זינד װאָס ער האָט געזינדיקט ,צו טאָן
װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,צו גײן אין די װעג פֿון
ָי ָרבֿ ָעמען ,און פֿאַר ז ַײן זינד װאָס ער איז באַגאַנגען צו מאַכן זינדיקן
ישׂראל.
20און די איבעריקע זאַכן װעגן ִזמרין ,און ז ַײן בונט װאָס ער האָט
געבונטעװעט ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די
צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
21דענצמאָל האָט זיך דאָס פֿאָלק ישׂראל צעטײלט אין העלפֿט:
העלפֿט פֿון פֿאָלק איז געװען הינטער ִתּבֿני דעם זון פֿון גינתן ,אים
צו מאַכן פֿאַר מלך און העלפֿט הינטער ָעמרין 22 .און דאָס פֿאָלק
װאָס הינטער ָעמרין האָט איבערגעשטאַרקט דאָס פֿאָלק װאָס