Page 67 - Mlokhim a
P. 67

‫מלכים א‬

‫אַרױסגעגאַנגען פֿון שומרון‪ 18 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬ס ַײ זײ ז ַײנען פֿאַר‬
‫שלום אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬כאַפּט זײ לעבעדיקערהײט‪ ,‬און ס ַײ זײ ז ַײנען‬

             ‫פֿאַר מלחמה אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬לעבעדיקערהײט כאַפּט זײ‪.‬‬

‫‪ 19‬און די ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון שטאָט–די יונגען פֿון די‬
‫לאַנדפֿירשטן‪ ,‬און דער חיל װאָס הינטער זײ‪ 20 .‬און זײ האָבן‬
‫געשלאָגן איטלעכער ז ַײן מאַן‪ ,‬און די אַ ַרמים ז ַײנען אַנטלאָפֿן‪ ,‬און‬
‫ישׂראל האָט זײ נאָכגעיאָגט‪ .‬און ֶבן‪ַ -‬ה ַדד דער מלך פֿון ארם איז‬

                         ‫אַנטרונען געװאָרן אױף אַ פֿערד מיט ר ַײטער‪.‬‬

‫‪ 21‬און דער מלך פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען‪ ,‬און האָט געשלאָגן‬
‫די פֿערד און די ר ַײטװעגן‪ ,‬און געשלאָגן צװישן ארם אַ גרױסן שלאַק‪.‬‬

‫‪ 22‬און דער נבֿיא האָט גענענט צו דעם מלך פֿון ישׂראל און האָט צו‬
‫אים געזאָגט‪ :‬גײ פֿאַרשטאַרק זיך‪ ,‬און מערק און זע װאָס דו זאָלסט‬
‫טאָן‪ ,‬װאָרום צום אומקער פֿון יאָר קומט דער מלך פֿון ארם אַרױף‬

                                                               ‫אױף דיר‪.‬‬

‫‪ 23‬און די קנעכט פֿון דעם מלך פֿון ארם האָבן צו אים געזאָגט‪ :‬אַ‬
‫גאָט פֿון בערג איז זײער גאָט‪ ,‬דרום ז ַײנען זײ געװען שטאַרקער פֿון‬
‫אונדז; לאָמיר אָבער מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גל ַײכן פּלאַץ‪,‬‬
‫אױב מיר װעלן ניט ז ַײן שטאַרקער פֿון זײ! ‪ 24‬און די דאָזיקע זאַך טו;‬
‫טו אָפּ די מלכים איטלעכן פֿון ז ַײן אָרט און מאַך אָנפֿירער אָנשטאָט‬
‫זײ‪ 25 .‬און דו זאָלסט דיר צונױפֿצײלן אַ חיל אַזױ װי דער חיל װאָס‬
‫איז ב ַײ דיר געפֿאַלן‪ ,‬און פֿערד אַזױ װי די פֿערד‪ ,‬און ר ַײטװעגן אַזױ‬
‫װי די ר ַײטװעגן; און לאָמיר מלחמה האַלטן מיט זײ אױף אַ גל ַײכן‬
‫פּלאַץ‪ ,‬אױב מיר װעלן ניט ז ַײן שטאַרקער פֿון זײ! האָט ער‬

                       ‫צוגעהערט צו זײער ָקול‪ ,‬און האָט אַזױ געטאָן‪.‬‬

‫‪ 26‬און עס איז געװען צום אומקער פֿון יאָר‪ ,‬האָט ֶבן‪ַ -‬ה ַדד‬
‫איבערגעצײלט די אַ ַרמים‪ ,‬און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען קײן אַפֿק אױף‬

                                                   ‫מלחמה מיט ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 27‬און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען איבערגעצײלט געװאָרן‪ ,‬און‬
‫פֿאַרזאָרגט געװאָרן מיט שפּ ַײז‪ ,‬און ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען אַקעגן זײ‪.‬‬
‫און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געלאַגערט אַקעגן זײ‪ ,‬אַזױ װי צװײ‬

    ‫קלײנע סטאַדעס ציגן‪ .‬און די אַ ַרמים האָבן אָנגעפֿילט דאָס לאַנד‪.‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72