Page 72 - Mlokhim a
P. 72

‫מלכים א‬

‫װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון אַחאבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן‪ ,‬און קינד און‬
‫קײט‪ ,‬צװישן ישׂראל‪ 22 .‬און איך װעל מאַכן ד ַײן הױז אַזױ װי דאָס‬
‫הױז פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן‪ ,‬און אַזױ װי דאָס הױז פֿון ַבעשא‬
‫דעם זון פֿון אַ ִחיהן‪ ,‬פֿאַר דער דערצערנונג װאָס דו האָסט‬
‫דערצערנט‪ ,‬און געמאַכט זינדיקן ישׂראל‪ .‬און אױך אױף ִאֶזבֿלען‬
‫האָט גאָט גערעדט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬די הינט װעלן עסן ִאֶזבֿלען אין‬
‫דעם פֿעסטונגגראָבן פֿון יזרעאל‪ 24 .‬דעם װאָס שטאַרבט פֿון אַחאבֿן‬
‫אין שטאָט‪ ,‬װעלן די הינט אױפֿעסן‪ ,‬און דעם װאָס שטאַרבט אין‬

                            ‫פֿעלד‪ ,‬װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן‪.‬‬

‫‪ 25‬פֿאַר װאָר‪ ,‬עס איז ניט געװען אַזאַ װי אַחאבֿ װאָס האָט זיך‬
‫אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬װ ַײל אים‬
‫האָט אָנגערעדט ז ַײן װ ַײב ִאֶזבֿל‪ 26 .‬און ער האָט זיך באַגאַנגען זײער‬
‫אומװערדיק צו גײן נאָך די אָפּגעטער‪ ,‬אַזױ װי אַלץ װאָס די אמורים‬
‫האָבן געטאָן‪ ,‬װעמען גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון‬

                                                                ‫ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 27‬און עס איז געװען‪ ,‬װי אַחאבֿ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער‪,‬‬
‫אַזױ האָט ער צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און אָנגעטאָן זאַקקלײד אױף‬
‫ז ַײן ל ַײב‪ ,‬און האָט געפֿאַסט; און ער איז געלעגן אין זאַקקלײד‪ ,‬און‬

                                      ‫איז אַרומגעגאַנגען שטילערהײט‪.‬‬

‫‪ 28‬איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו ֵא ִלָיהו דעם ִתּשבי‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 29 :‬האָסטו געזען װי אַחאבֿ איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר‬
‫מיר? װ ַײל ער איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר‪ ,‬װעל איך ניט‬
‫ברענגען דאָס בײז אין ז ַײנע טעג; אין די טעג פֿון ז ַײן זון װעל איך‬

                                      ‫ברענגען דאָס בײז אױף ז ַײן הױז‪.‬‬

‫‪ 1‬און זײ ז ַײנען געזעסן דר ַײ יאָר אָן אַ מלחמה צװישן ארם‬

‫און צװישן ישׂראל‪ 2 .‬אָבער עס איז געװען אױפֿן דריטן יאָר‪,‬כב‬

‫האָט יהוֹשפֿט דער מלך פֿון יהוּדה אַראָפּגענידערט צו דעם מלך פֿון‬
‫ישׂראל‪ 3 .‬און דער מלך פֿון ישׂראל האָט געזאָגט צו ז ַײנע קנעכט‪:‬‬
‫װײסט איר‪ ,‬אַז צו אונדז געהערט רמת‪ִ -‬גל ָעד? און מיר שװ ַײגן‪ ,‬און‬

           ‫נעמען זי ניט אַװעק פֿון דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון ארם‪.‬‬
   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76   77