Page 70 - Mlokhim a
P. 70

‫מלכים א‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן‪ָ :‬נבֿות דער‬

‫יזרעאלי האָט געהאַט אַ װ ַײנגאָרטן װאָס איז געװען איןכא‬

‫יזרעאל לעבן דעם פּאַלאַץ פֿון אַחאבֿ דעם מלך פֿון שומרון‪ 2 .‬האָט‬
‫אַחאבֿ געזאָגט צו ָנבֿותן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬גיב מיר ד ַײן װ ַײנגאָרטן‪ ,‬כּדי‬
‫ער זאָל מיר ז ַײן פֿאַר אַ גאָרטן פֿון גרינס‪ ,‬װ ַײל ער איז נאָנט לעבן‬
‫מ ַײן הױז‪ ,‬און איך װעל דיר געבן אָנשטאָט אים אַ װ ַײנגאָרטן אַ‬
‫בעסערן פֿון אים‪ .‬אָדער אױב אין ד ַײנע אױגן איז בעסער‪ ,‬װעל איך‬
‫דיר געבן געלט אין מקח פֿון דעם‪ 3 .‬האָט ָנבֿות געזאָגט צו אַחאבֿן‪:‬‬

  ‫באַהיט מיך גאָט‪ ,‬איך זאָל דיר אָפּגעבן די נחלה פֿון מ ַײנע עלטערן‪.‬‬

‫‪ 4‬איז אַחאבֿ געקומען אין ז ַײן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט איבער‬
‫דעם װאָרט װאָס ָנבֿות דער ִיזרע ֵאלי האָט צו אים גערעדט‪ ,‬אַז ער‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬איך װעל דיר ניט אָפּגעבן די נחלה פֿון מ ַײנע עלטערן‪.‬‬
‫און ער האָט זיך געלײגט אױף ז ַײן בעט‪ ,‬און האָט אומגעדרײט ז ַײן‬

                                     ‫פּנים‪ ,‬און ניט געגעסן קײן שפּ ַײז‪.‬‬

‫‪ 5‬איז צוגעקומען צו אים ז ַײן װ ַײב ִאֶזבֿל‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫װאָס איז דאָס ד ַײן געמיט צעטראָגן‪ ,‬און דו עסט ניט קײן שפּ ַײז? ‪6‬‬
‫האָט ער צו איר געזאָגט‪ :‬װ ַײל איך האָב גערעדט צו ָנבֿות דעם‬
‫ִיזרע ֵאלי‪ ,‬און איך האָב צו אים געזאָגט‪ :‬גיב מיר ד ַײן װ ַײנגאָרטן פֿאַר‬
‫געלט‪ ,‬אָדער אױב דו װילסט‪ ,‬װעל איך דיר געבן אַן אַנדער‬
‫װ ַײנגאָרטן אָנשטאָט אים; און ער האָט געזאָגט‪ :‬איך װעל דיר ניט‬

                                               ‫אָפּגעבן מ ַײן װ ַײנגאָרטן‪.‬‬

‫‪ 7‬האָט ז ַײן װ ַײב ִאֶזבֿל צו אים געזאָגט‪ :‬פֿירסט דו אַצונד די מלוכה‬
‫איבער ישׂראל? שטײ אױף‪ ,‬עס שפּ ַײז‪ ,‬אַז זאָל ד ַײן האַרץ ז ַײן‬
 ‫פֿרײלעך‪ .‬איך װעל דיר געבן דעם װ ַײנגאָרטן פֿון ָנבֿות דעם ִיזרע ֵאלי‪.‬‬

‫‪ 8‬און זי האָט געשריבן בריװ אין אַחאבֿס נאָמען‪ ,‬און פֿאַרזיגלט מיט‬
‫ז ַײן זיגל‪ ,‬און האָט געשיקט די בריװ צו די עלטסטע און צו די‬
‫אַדלל ַײט װאָס אין ז ַײן שטאָט‪ ,‬װאָס האָבן געװױנט מיט ָנבֿותן‪ 9 .‬און‬
‫זי האָט געשריבן אין די בריװ‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬רופֿט אױס אַ ָתּענית‪,‬‬
‫און זעצט אַװעק ָנבֿותן אױבן אָן פֿון פֿאָלק‪ 10 .‬און זעצט אַװעק צװײ‬
‫מענטשן‪ ,‬נידערטרעכטיקע יונגען‪ ,‬אַקעגן אים‪ ,‬זײ זאָלן עדות זאָגן‬
‫אױף אים‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬האָסט געלעסטערט גאָט און דעם מלך‪ .‬און‬

        ‫פֿירט אים אַרױס‪ ,‬און פֿאַרשטײנט אים‪ ,‬און ער זאָל שטאַרבן‪.‬‬
   65   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75