Page 37 - Mlokhim a
P. 37
מלכים א
האַנט װעל איך זי אַװעקר ַײסן 13 .נאָר די גאַנצע מלוכה װעל איך ניט
אַװעקר ַײסן; אײן שבֿט װעל איך געבן צו ד ַײן זון ,פֿון װעגן מ ַײן
קנעכט ָד ִודן ,און פֿון װעגן ירושלים װאָס איך האָב אױסדערװײלט.
14און גאָט האָט אױפֿגעשטעלט אַ שׂטן אױף שלמהןַ ,ה ַדד דעם
אַדוֹמי .ער איז געװען פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם אין אדום 15 .און עס
איז געװען ,װען דוד איז געװען אין אדום ,בעת יוֹאָבֿ דער חיל-
פֿירער איז אַרױפֿגעגאַנגען באַגראָבן די געטײטע ,און האָט געשלאָגן
יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אדום–װאָרום זעקס חדשים איז
דאָרטן געבליבן יוֹאָבֿ און גאַנץ ישׂראל ,ביז ער האָט פֿאַרשניטן
יעטװעדער מאַנספּאַרשױן אין אדום– 17איז ַה ַדד אַנטלאָפֿן ,ער און
עטלעכע אדומים פֿון ז ַײן פֿאָטערס קנעכט מיט אים ,כּדי צו גײן קײן
מצרים; און ַה ַדד איז געװען אַ קלײן י ִינגל 18 .און זײ ז ַײנען
אױפֿגעשטאַנען פֿון מדין ,און זײ ז ַײנען געקומען קײן פּאָ ָרן ,און זײ
האָבן מיטגענומען מיט זיך מענטשן פֿון פּאָ ָרן ,און ז ַײנען געקומען
קײן מצרים צו פּרעה דעם מלך פֿון מצרים .און ער האָט אים געגעבן
אַ הױז ,און האָט אָנגעזאָגט פֿאַר אים שפּ ַײז ,און אים געגעבן לאַנד.
19און ַה ַדד האָט געפֿונען גרױס חן אין די אױגן פֿון פּרעהן ,און ער
האָט אים געגעבן פֿאַר אַ װ ַײב די שװעסטער פֿון ז ַײן װ ַײב ,די
שװעסטער פֿון דער מלכּה ַתּחפּניס 20 .און די שװעסטער פֿון
ַתּחפּניסן האָט אים געבאָרן ז ַײן זון גנוּבֿתן ,און ַתּחפּניס האָט אים
אַנטװײנט אין פּרעהס הױז .און גנוּבֿת איז געװען אין פּרעהס הױז
צװישן די קינדער פֿון פּרעהן 21 .און װי ַה ַדד האָט געהערט אין
מצרים אַז דוד האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און אַז יוֹאָבֿ דער
חיל-פֿירער איז טױט ,אַזױ האָט ַה ַדד געזאָגט צו פּרעהן :לאָז מיך
אַװעק ,און איך װעל גײן אין מ ַײן לאַנד 22 .האָט פּרעה צו אים
געזאָגט :אָבער װאָס פֿעלט דיר ב ַײ מיר ,אַז אָט װילסטו גײן אין ד ַײן
לאַנד? האָט ער געזאָגט :גאָרנישט; אָבער אַװעקלאָזן מוזטו מיך
אַװעקלאָזן.
23אױך האָט גאָט אױפֿעגשטעלט אױף אים אַ שׂטן ,רזוֹן דעם זון
פֿון ֶאלָי ָדען ,װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון ז ַײן האַרַ ,ה ַדד ֶעֶזר דעם מלך פֿון
צוֹבֿה 24 .און ער האָט אױפֿגעקליבן אַרום זיך מענטשן ,און ער איז
געװאָרן דער הױפּטמאַן פֿון אַ באַנדע ,בעת דוד האָט געהרגעט די
]מענטשן פֿון צוֹבֿה[ .און זײ ז ַײנען אַװעקגעגאַנגען קײן דמשׂק ,און
האָבן זיך אין איר באַזעצט ,און האָבן געקיניגט אין דמשׂק 25 .און