Page 19 - Mlokhim a
P. 19

‫מלכים א‬

‫און ער האָט באַדעקט דעם באָדעם פֿון הױז מיט ברעטער פֿון‬
‫ציפּרעסן‪ 16 .‬און ער האָט געבױט צװאַנציק אײלן פֿון דעם‬
‫הינטערשטן טײל פֿון הױז מיט ברעטער פֿון צעדערן‪ ,‬פֿון באָדעם ביז‬
‫די באַלקנס; און ער האָט עס זיך געבױט פֿון אינעװײניק‪ ,‬פֿאַר אַ‬
‫דבֿיר‪ ,‬פֿאַר אַ קד ֵשי‪ָ -‬קדשים‪ 17 .‬און פֿערציק אײלן ]לאַנג[ איז געװען‬
‫דאָס הױז‪ ,‬דאָס איז דער ֵהיכל פֿון פֿאָרנט‪ 18 .‬און דאָס צעדערהאָלץ‬
‫אױפֿן הױז אינעװײניק איז געװען אַ געשניץ פֿון קנעפּ און געעפֿנטע‬
‫קװײטן‪ .‬אַלץ איז געװען צעדער‪ ,‬קײן שטײן האָט זיך ניט‬
‫אַרױסגעזען‪ 19 .‬און דעם דבֿיר אינעװײניק אין הױז האָט ער‬
‫צוגעגרײט אױף אַר ַײנשטעלן אַהין דעם אָרון פֿון גאָטס בונד‪ 20 .‬און‬
‫אינעװײניק פֿון דבֿיר איז געװען צװאַנציק אײלן די לענג‪ ,‬און‬
‫צװאַנציק אײלן די ברײט‪ ,‬און צװאַנציק אײלן איז געװען ז ַײן הײך;‬
‫און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט עכטן גאָלד‪ .‬און ער האָט‬
‫באַדעקט דעם מזבח מיט צעדערהאָלץ‪ 21 .‬אַזױ האָט שלמה‬
‫איבערגעצױגן דאָס הױז פֿון אינעװײניק מיט עכטן גאָלד; און ער‬
‫האָט פֿאַרצױגן גילדערנע קײטן פֿאַר דעם דבֿיר; און ער האָט עס‬
‫איבערגעצױגן מיט גאָלד‪ 22 .‬און דאָס גאַנצע הױז האָט ער‬
‫איבערגעצױגן מיט גאָלד‪ ,‬ביז דאָס גאַנצע הױז איז געװען געענדיקט;‬
‫אױך דעם גאַנצן מזבח װאָס ב ַײם דבֿיר האָט ער איבערגעצױגן מיט‬

                                                                  ‫גאָלד‪.‬‬

‫‪ 23‬און ער האָט געמאַכט אין דבֿיר צװײ כּרובֿים פֿון אײלבױמהאָלץ‪,‬‬
‫צען אײלן די הײך פֿון איטלעכן‪ 24 .‬און פֿינף אײלן איז געװען אײן‬
‫פֿליגל פֿון אַ כּרובֿ‪ ,‬און פֿינף אײלן דער צװײטער פֿליגל פֿון אַ כּרובֿ;‬
‫‪ 27‬און ער האָט אַר ַײנגעשטעלט די כּרובֿים אין דעם אינעװײניקסטן‬
‫הױז‪ .‬און מע האָט געמאַכט די פֿליגלען פֿון די כּרובֿים‬
‫אױסגעשפּרײט‪ ,‬און דער פֿליגל פֿון אײנעם האָט אָנגערירט אײן‬
‫װאַנט‪ ,‬און דער פֿליגל פֿון צװײטן כּרובֿ האָט אָנגערירט די צװײטע‬
‫װאַנט; און זײערע פֿליגלען האָבן זיך אָנגערירט אין מיטן הױז אַ‬
‫פֿליגל אָן אַ פֿליגל‪ 28 .‬און ער האָט איבערגעצױגן די כּרובֿים מיט‬

                                                                  ‫גאָלד‪.‬‬

‫‪ 29‬און אַלע װענט פֿון דעם הױז רונד אַרום‪ ,‬האָט ער אױסגעשניצט‬
‫מיט געשניצן פֿון כּרובֿים און טײטלבײמער און געעפֿנטע קװײטן‪ ,‬פֿון‬
‫אינעװײניק און אױסנװײניק‪ 30 .‬און דעם דיל פֿון הױז האָט ער‬
‫איבערגעצױגן מיט גאָלד‪ ,‬אינעװײניק און אױסנװײניק‪ 31 .‬און פֿאַר‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24