Page 14 - Mlokhim a
P. 14
מלכים א
1און דער מלך שלמה איז געװען מלך איבער גאַנץ ישׂראל.ד
2און דאָס ז ַײנען די האַרן װאָס ער האָט געהאַטַ :עַזרָיהו דער זון פֿון
ָצדוֹקן ,דער כּהן; ֶ 3אליחוֹרף און אַ ִחיה ,די זין פֿון שישאָן ,שר ַײבערס;
יהוֹשפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן ,דער דערמאָנער; 4און בָנָיהוּ דער זון
פֿון יהוָֹי ָדען ,איבערן חיל; און ָצדוֹק און אבֿיתר ,כּהנים; 5און
ַעַזרָיהו דער זון פֿון נתנען ,איבער די געשטעלטע; און ָזבֿוד דער זון
פֿון נתנען ,און אױבערמאַן ,דעם מלכס חבֿר; 6און אַ ִחישר ,איבערן
פּאַלאַץ; און אַדוֹנירם דער זון פֿון ַעבֿדאָן ,איבערן צינדז.
7און שלמה האָט געהאַט צװעלף געשטעלטע איבער גאַנץ ישׂראל,
און זײ פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך און ז ַײן הױז; אַ חודש אין יאָר
פֿלעגט איטלעכער דאַרפֿן אױסהאַלטן 8 .און דאָס ז ַײנען זײערע
נעמען :דער זון פֿון חוּרן ,אין דעם געבערג פֿון אפֿרים 9 .דער זון פֿון
ֶדקרן אין ָמ ַקץ און אין ַש ַעלבֿים ,און ֵביתֶ -ש ֶמש ,און ֵאלאָןֵ -בית-
ָחנן 10 .דער זון פֿון ֶחסדן ,אין אַרוּבות; אונטער אים איז געװען
שׂוֹכוֹ ,און דאָס גאַנצע לאַנד ֵחפֿר 11 .דער זון פֿון אַבֿיָנ ֶדבֿן ,אין דער
גאַנצער געגנט פֿון ָדור; ער האָט געהאַט ָטפֿת די טאָכטער פֿון
שלמהן פֿאַר אַ װ ַײב 12 .בענא דער זון פֿון אַחילוּדן ,אין ַתּ ַעָנך ,און
מ ִגדו ,און גאַנץ ֵבית-שאָן װאָס לעבן ָצרתן אונטער יזרעאל ,פֿון ֵבית-
שאָן ביז אָבֿל-מחולה ,ביז אױף יענער ז ַײן ָיקמעם 13 .דער זון פֿון
ֶגבֿרן ,אין ָרמותִ -גל ָעד; אונטער אים ז ַײנען געװען די דערפֿער פֿון
ָי ִאיר דעם זון פֿון מנשהן ,װאָס אין ִגל ָעד;אונטער אים איז געװען די
געגענט פֿון אַרגובֿ װאָס אין בשן ,זעכציק גרױסע שטעט מיט מױערן
און קופּערנע ריגלען 14 .אַחיָנ ֶדבֿ דער זון פֿון ִעדאֹן ,אין ַמחַנ ִים.
15אַחי ַמ ַעץ ,אין נפֿתּלי; ער אױך האָט גענומען ָבשׂ ַמת די טאָכטער
פֿון שלמהן פֿאַר אַ װ ַײב 16 .בענא דער זון פֿון חוּ ַשין ,אין אָשר ,און
ב ָעלות 17 .יהוֹשפֿט דער זון פֿון ָפּרוּ ַחן ,אין ִישׂ ָשׂ ָכרִ 18 .ש ְמ ִעי דער זון
פֿון ֵאלאָן אין בנימיןֶ 19 .גבֿר דער זון פֿון אורין ,אין לאַנד ִגל ָעד ,דעם
לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אמורי ,און פֿון עוג דעם מלך פֿון בשן.
און אײן געשטעלטער װאָס איבערן גאַנצן לאַנד.
20יהוּדה און ישׂראל ז ַײנען געװען אַזױ װי דער זאַמד װאָס ב ַײם ים
אין פֿילקײט .זײ האָבן געגעסן און געטרונקען און געװען פֿרײלעך.