Page 13 - Mlokhim a
P. 13
מלכים א
געלעגן אױף אים 20 .איז זי אױפֿגעשטאַנען אין מיטן נאַכט ,און
האָט אַװעקגענומען מ ַײן זון פֿון לעבן מיר ,בעת ד ַײן דינסט איז
געשלאָפֿן ,און זי האָט אים געלײגט אין איר בוזעם ,און איר טױטן
זון האָט זי געלײגט אין מ ַײן בוזעם.
21און איך בין אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי אָנצוזען מ ַײן זון ,ערשט
ער איז טױט; אָבער אַז איך האָב אים באַטראַכט אין דער פֿרי ערשט
דאָס איז ניט געװען מ ַײן זון װאָס איך האָב געבאָרן.
22האָט די אַנדער פֿרױ געזאָגט :נײן ,נ ַײערט מ ַײן זון איז דער
לעבעדיקער ,און ד ַײן זון דער טױטער .און די זאָגט :נײן נ ַײערט ד ַײן
זון איז דער טױטער ,און מ ַײן זון דער לעבעדיקער .און זײ האָבן
געטענהט פֿאַרן מלך.
23האָט דער מלך געזאָגט :די זאָגט :דאָס איז מ ַײן זון דער
לעבעדיקער און ד ַײן זון דער טױטער; און די זאָגט :נײן ,נ ַײערט ד ַײן
זון איז דער טױטער ,און מ ַײן זון דער לעבעדיקער 24 .און דער מלך
האָט געזאָגט :ברענגט מיר אַ שװערד .האָט מע געבראַכט אַ שװערד
פֿאַרן מלך 25 .האָט דער מלך געזאָגט :צעשנ ַײדט דאָס לעבעדיקע
קינד אין צװײען ,און גיט אַ העלפֿט צו אײנער ,און אַ העלפֿט צו דער
אַנדערער.
26האָט גערעדט די פֿרױ װאָס איר זון איז געװען דער לעבעדיקער,
צום מלך–װאָרום דאָס האַרץ האָט איר פֿאַרקלעמט אױף איר זון–
און זי האָט געזאָגט :איך בעט דיך ,מ ַײן האַר ,גיט איר דאָס
לעבעדיקע קינד ,נאָר טײטן זאָלט איר עס ניט טײטן .און יענע זאָגט:
ניט מיר און ניט דיר זאָל עס געהערן; שנ ַײדט!
27האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און געזאָגט :גיט איר דאָס
לעבעדיקע קינד ,און טײטן זאָלט איר עס ניט טײטן; זי איז ז ַײן
מוטער.
28און גאַנץ ישׂראל האָבן געהערט דעם משפּט װאָס דער מלך האָט
געמשפּט ,און זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַרן מלך ,װאָרום ,זײ האָבן
געזען אַז גאָטס חכמה איז אין אים צו טאָן גערעכטיקײט.