Page 10 - Mlokhim a
P. 10

‫מלכים א‬

‫זון פֿון ֶיתרן‪ ,‬דעם חיל‪-‬פֿירער פֿון יהוּדה‪ 33 .‬און זײער בלוט זאָל זיך‬
‫אומקערן אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹאָבֿן‪ ,‬און אױפֿן קאָפּ פֿון ז ַײן זאָמען אױף‬
‫אײביק; און צו ָד ִודן און צו ז ַײן זאָמען‪ ,‬און צו ז ַײן הױז און צו ז ַײן‬

                            ‫טראָן‪ ,‬זאָל ז ַײן פֿריד אױף אײביק פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 34‬איז אַרױסגעגאַנגען בָנָיהוּ דער זון פֿון יהוָֹי ָדען‪ ,‬און ער איז‬
‫צוגעפֿאַלן אױף אים‪ ,‬און האָט אים געטײט‪ .‬און ער איז באַגראָבן‬

                                       ‫געװאָרן אין ז ַײן הײם אין מדבר‪.‬‬

‫‪ 35‬און דער מלך האָט אױפֿגעזעצט בָנָיהוּ דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען אױף‬
‫ז ַײן אָרט איבערן חיל; און ָצדוֹק דעם כּהן האָט דער מלך‬

                                      ‫אױפֿגעזעצט אױף אבֿיתרס אָרט‪.‬‬

‫‪ 36‬און דער מלך האָט געשיקט און האָט גערופֿן ִש ְמ ִעין‪ ,‬און האָט צו‬
‫אים געזאָגט‪ :‬בױ דיר אַ הױז אין ירושלים‪ ,‬און זאָלסט דאָרטן זיצן‪,‬‬
‫און זאָלסט פֿון דאָרטן ניט אַרױסגײן אין ערגעץ‪ 37 .‬און עס װעט‬
‫ז ַײן‪ ,‬אין דעם טאָג װאָס דו גײסט אַרױס‪ ,‬און װעסט אַריבערגײן דעם‬
‫ט ַײך ִקדרון‪ ,‬װיסן זאָלסטו װיסן ז ַײן‪ ,‬אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן;‬
‫ד ַײן בלוט װעט ז ַײן אױף ד ַײן קאָפּ‪ 38 .‬האָט ִש ְמ ִעי געזאָגט צום מלך‪:‬‬
‫גוט איז דאָס װאָרט; אַזױ װי מ ַײן האַר דער מלך האָט גערעדט‪ ,‬אַזױ‬

                                                 ‫װעט ד ַײן קנעכט טאָן‪.‬‬

‫און ִש ְמ ִעי איז געזעסן אין ירושלים פֿיל טעג‪ 39 .‬אָבער עס איז‬
‫געװען צום ָסוף פֿון דר ַײ יאָר‪ ,‬ז ַײנען צװײ קנעכט פֿון ִש ְמ ִעין‬
‫אַנטלאָפֿן צו אָכיש דעם זון פֿון מעכהן‪ ,‬דעם מלך פֿון ַגת‪ ,‬און מע‬
‫האָט אָנגעזאָגט ִש ְמ ִעין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זע‪ ,‬ד ַײנע קנעכט ז ַײנען אין ַגת‪.‬‬

‫‪ 40‬איז אױפֿגעשטאַנען ִש ְמ ִעי‪ ,‬און האָט אָנגעזאַטלט ז ַײן אײזל‪ ,‬און‬
‫איז אַװעק קײן ַגת צו אָכישן זוכן ז ַײנע קנעכט‪ .‬און ִש ְמ ִעי איז‬

                   ‫געגאַנגען און האָט געבראַכט ז ַײנע קנעכט פֿון ַגת‪.‬‬

‫‪ 41‬איז אָנגעזאָגט געװאָרן שלמהן‪ ,‬אַז ִש ְמ ִעי איז געגאַנגען פֿון‬
‫ירושלים קײן ַגת‪ ,‬און האָט זיך אומגעקערט‪ 42 .‬און דער מלך האָט‬
‫געשיקט און האָט גערופֿן ִש ְמ ִעין‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬האָב‬
‫איך דיך ניט באַשװאָרן ב ַײ גאָט‪ ,‬און דיך געװאָרנט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אין‬
‫דעם טאָג װאָס דו גײסט אַרױס‪ ,‬און װעסט גײן ערגעץ װוּ‪ ,‬װיסן‬
‫זאָלסטו װיסן ז ַײן‪ ,‬אַז שטאַרבן װעסטו שטאַרבן? און דו האָסט צו‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15