Page 7 - Mlokhim a
P. 7

‫מלכים א‬

‫באַגליקן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן‪ ,‬און אומעטום‪ ,‬װאָס דו װעסט‬
‫אַהין זיך קערן; כּדי גאָט זאָל מקיים ז ַײן ז ַײן װאָרט װאָס ער האָט‬
‫גערעדט װעגן מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬אױב ד ַײנע קינדער װעלן אָפּהיטן‬
‫זײער װעג צו גײן פֿאַר מיר מיט אמת‪ ,‬מיט זײער גאַנצן האַרצן און‬
‫מיט זײער גאַנצער זעל–אַזױ צו זאָגן‪ :‬װעט דיר ניט פֿאַרשניטן װערן‬

                                     ‫אַ מאַן פֿון דעם טראָן פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 5‬און אױך װײסטו װאָס יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוָּיהן האָט מיר געטאָן‪,‬‬
‫װאָס ער האָט געטאָן צו די צװײ חיל‪-‬פֿירער פֿון ישׂראל‪ ,‬צו אַבֿנר‬
‫דעם זון פֿון ֵנרן‪ ,‬און צו ַע ָמשׂא דעם זון פֿון ֶיתרן‪ ,‬װי ער האָט זײ‬
‫געהרגעט‪ ,‬און פֿאַרגאָסן בלוט פֿון מלחמה אין שלום‪ ,‬און‬
‫אַרױפֿגעטאָן בלוט פֿון מלחמה אױף ז ַײן גאַרטל װאָס אױף ז ַײנע‬
‫לענדן‪ ,‬און אױף ז ַײנע שיך װאָס אױף ז ַײנע פֿיס‪ 6 .‬דרום זאָלסטו טאָן‬
‫לױט ד ַײן חכמה‪ ,‬און זאָלסט ניט לאָזן ז ַײנע גראָע האָר נידערן‬
‫בשלום אין קבֿר‪ 7 .‬און מיט די קינדער פֿון ַבר ִז ַלי דעם גלעדער‬
‫זאָלסטו טאָן ֶחסד‪ ,‬און זײ זאָלן ז ַײן פֿון די װאָס עסן ב ַײ ד ַײן טיש‪,‬‬
‫װאָרום זײ האָבן זיך אױך דערנענטערט צו מיר‪ ,‬װען איך בין‬
‫אַנטלאָפֿן פֿון ד ַײן ברודער אַבֿ ָשלומען‪ 8 .‬און דאָ איז ב ַײ דיר ִש ְמ ִעי‬
‫דער זון פֿון ֵגראָן‪ ,‬דער בנימינער פֿון בחורים‪ ,‬װאָס האָט מיך‬
‫געשאָלטן מיט טױטע קללות אין דעם טאָג װאָס איך בין געגאַנגען‬
‫קײן ַמחַנ ִים; און ער האָט אַראָפּגענידערט מיר אַנטקעגן ב ַײם ירדן‪,‬‬
‫און איך האָב אים געשװאָרן ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איך װעל דיך ניט‬
‫טײטן מיטן שװערד‪ 9 .‬און אַצונד‪ ,‬זאָלסט אים ניט שענקען‪ ,‬װאָרום‬
‫אַ קלוגער מענטש ביסטו‪ ,‬און װעסט װיסן װאָס דו זאָלסט טאָן מיט‬

  ‫אים; און זאָלסט מאַכן נידערן ז ַײנע גראָע האָר מיט בלוט אין קבֿר‪.‬‬

‫‪ 10‬און דוד האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן‪ ,‬און ער איז‬
‫באַגראָבן געװאָרן אין ָד ִודס‪-‬שטאָט‪ 11 .‬און די טעג װאָס דוד האָט‬
‫געקיניגט איבער ישׂראל זײנען געװען פֿערציק יאָר‪ .‬אין חבֿרון האָט‬
‫ער געקיניגט זיבן יאָר‪ ,‬און אין ירושלים האָט ער געקיניגט דר ַײ און‬

                                                           ‫דר ַײסיק יאָר‪.‬‬

‫‪ 12‬און שלמה איז געזעסן אױף דעם טראָן פֿון ז ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬און‬
                               ‫ז ַײן מלוכה האָט זיך זײער באַפֿעסטיקט‪.‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12