Page 5 - Mlokhim a
P. 5

‫מלכים א‬

‫קומען און זיך זעצן אױף מ ַײן טראָן‪ ,‬און ער זאָל קיניגן אױף מ ַײן‬
‫אָרט‪ ,‬װאָרום אים האָב איך באַפֿױלן פֿאַר אַ פֿירשט איבער ישׂראל‬

                                                     ‫און איבער יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 36‬האָט בָנָיהוּ דער זון פֿון יהוָֹי ָדען געענטפֿערט דעם מלך און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬אָמן! אַזױ זאָל זאָגן יהוה דער גאָט פֿון מ ַײן האַר דעם מלך!‬
‫‪ 37‬אַזױ װי גאָט איז געװען מיט מ ַײן האַר דעם מלך‪ ,‬אַזױ זאָל ער ז ַײן‬
‫מיט שלמהן‪ ,‬און ער זאָל גרײסן ז ַײן טראָן נאָך מער פֿון דעם טראָן‬

                                           ‫פֿון מ ַײן האַר דעם מלך דוד‪.‬‬

‫‪ 38‬און ָצדוֹק דער כּהן‪ ,‬און נתן דער נבֿיא‪ ,‬און בָנָיהוּ דער זון פֿון‬
‫יהוָֹי ָדען‪ ,‬און די כּ ֵרתים און די פּ ֵלתים‪ ,‬האָבן אַראָפּגענידערט‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן אַרױפֿגעזעצט שלמהן אױף דער מױלאײזעלין פֿון מלך דוד‪ ,‬און‬
‫האָבן אים אַראָפּגעפֿירט צו גיחון‪ 39 .‬און ָצדוֹק דער כּהן האָט‬
‫גענומען דעם האָרן מיט אײל פֿון געצעלט‪ ,‬און ער האָט געזאַלבט‬
‫שלמהן; און זײ האָבן געבלאָזן אין שופֿר‪ ,‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק‬
‫האָט געזאָגט‪ :‬לעבן זאָל דער מלך שלמה! ‪ 40‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק‬
‫איז אַרױפֿגעגאַנגען נאָך אים‪ ,‬און דאָס פֿאָלק האָט געפֿ ַײפֿט אױף‬
‫פֿ ַײפֿלען‪ ,‬און זיך געפֿרײט אַ גרױסע פֿרײד‪ ,‬און די ערד האָט זיך‬

                                         ‫געשפּאָלטן פֿון זײער ליאַרעם‪.‬‬

‫‪ 41‬און אַדוֹ ִנָיהוּ און אַלע פֿאַררופֿענע װאָס מיט אים האָבן דאָס‬
‫דערהערט‪ ,‬װען זײ האָבן געענדיקט עסן‪ .‬און װי יוֹאָבֿ האָט דערהערט‬
‫דעם ָקול פֿון שופֿר‪ ,‬אַזױ האָט ער געזאָגט‪ :‬װאָס טומלט דער‬

                                                   ‫ליאַרעם פֿון שטאָט?‬

‫‪ 42‬װי ער רעדט נאָך‪ ,‬ערשט יוָנתן דער זון פֿון אבֿיתר דעם כּהן קומט‬
‫אָן‪ .‬האָט אַדוֹ ִנָיהוּ געזאָגט‪ :‬קום אַהער‪ ,‬װאָרום אַ װױלער מענטש‬
‫ביסטו‪ ,‬און גוטס װעסטו אָנזאָגן‪ 43 .‬האָט געענטפֿערט יוָנתן און‬
‫געזאָגט צו אַדוֹ ִנָיהוּן‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אונדזער האַר דער מלך דוד האָט‬
‫געמאַכט שלמהן פֿאַר מלך‪ 44 .‬און דער מלך האָט געשיקט מיט אים‬
‫ָצדוֹק דעם כּהן‪ ,‬און נתן דעם נבֿיא‪ ,‬און בָנָיהוּ דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען‪,‬‬
‫און די כּ ֵרתים און די פּ ֵלתים‪ ,‬און זײ האָבן אים אַרױפֿגעזעצט אױף‬
‫דער מױלאײזעלין פֿון מלך‪ 45 .‬און ָצדוֹק דער כּהן און נתן דער נבֿיא‬
‫האָבן אים געזאַלבט פֿאַר מלך ב ַײם גיחון‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַרױפֿגעגאַנגען פֿון דאָרטן פֿרײלעכע‪ ,‬און די שטאָט האָט געטומלט;‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10