Page 4 - Mlokhim a
P. 4

‫מלכים א‬

‫‪ 22‬און אָט װי זי רעדט נאָך מיטן מלך‪ ,‬אַזױ איז נתן דער נבֿיא‬
‫געקומען‪ 23 .‬האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬נתן דער‬
‫נבֿיא איז דאָ‪ .‬און ער איז געקומען פֿאַר דעם מלך‪ ,‬און האָט זיך‬
‫געבוקט צום מלך אױף ז ַײן פּנים צו דער ערד‪ .‬און נתן האָט געזאָגט‪:‬‬
‫מ ַײן האַר מלך‪ ,‬האָסט דו געזאָגט‪ :‬אַדוֹ ִנָיהוּ זאָל קיניגן נאָך מיר‪ ,‬און‬
‫ער זאָל זיצן אױף מ ַײן טראָן? ‪ 25‬װאָרום ער האָט ה ַײנט‬
‫אַראָפּגענידערט‪ ,‬און האָט געשאָכטן אָקסן און געשטאָפּטע קעלבער‬
‫און שאָף אַ סך‪ ,‬און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין פֿון דעם מלך‪ ,‬און די‬
‫חיל‪-‬פֿירער‪ ,‬און אבֿיתר דעם כּהן‪ ,‬און אָט עסן זײ און טרינקען מיט‬
‫אים‪ ,‬און זאָגן‪ :‬לעבן זאָל דער מלך אַדוֹ ִנָיהוּ! ‪ 26‬אָבער מיך‪ ,‬מיך ד ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬און ָצדוֹק דעם כּהן‪ ,‬און בָנָיהוּ דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען‪ ,‬און ד ַײן‬
‫קנעכט שלמהן‪ ,‬האָט ער ניט גערופֿן‪ 27 .‬צי איז די דאָזיקע זאַך‬
‫געשען פֿון מ ַײן האַר דעם מלך‪ ,‬און האָסט ניט צו װיסן געטאָן ד ַײן‬
‫קנעכט‪ ,‬װער עס זאָל זיצן אױף דעם טראָן פֿון מ ַײן האַר דעם מלך‬

                                                              ‫נאָך אים?‬

‫‪ 28‬האָט געענטפֿערט דער מלך דוד און האָט געזאָגט‪ :‬רוף מיר אַר ַײן‬
‫בת‪ֶ -‬שבֿען‪ .‬און זי איז געקומען פֿאַרן מלך און האָט זיך געשטעלט‬
‫פֿאַרן מלך‪ 29 .‬און דער מלך האָט געשװאָרן און געזאָגט‪ :‬אַזױ װי עס‬
‫לעבט גאָט‪ ,‬װאָס האָט אױסגעלײזט מ ַײן זעל פֿון יעטװעדער צרה‪,‬‬
‫‪ 30‬אַז אַזױ װי איך האָב דיר געשװאָרן ב ַײ יהוה דעם גאָט פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬נאָר ד ַײן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר–אַז אַזױ װעל‬

                                               ‫איך טאָן ה ַײנטיקן טאָג!‬

‫‪ 31‬האָט בת‪ֶ -‬שבֿע זיך גענ ַײגט מיטן פּנים צו דער ערד‪ ,‬און זיך‬
‫געבוקט צום מלך‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬אײביק לעבן זאָל מ ַײן האַר דער‬

                                                               ‫מלך דוד!‬

‫‪ 32‬און דער מלך דוד האָט געזאָגט‪ :‬רופֿט מיר ָצדוֹק דעם כּהן‪ ,‬און‬
‫נתן דעם נבֿיא‪ ,‬און בָנָיהוּ דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען‪ .‬ז ַײנען זײ געקומען‬
‫פֿאַרן מלך‪ 33 ,‬און דער מלך האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬נעמט מיט א ַײך די‬
‫קנעכט פֿון א ַײער האַר‪ ,‬און זעצט אַרױף מ ַײן זון שלמהן אױף מ ַײן‬
‫מױלאײזעלין‪ ,‬און איר זאָלט אים מאַכן נידערן צום גיחון‪ 34 .‬און‬
‫זאָל ָצדוֹק דער כּהן און נתן דער נבֿיא אים דאָרטן זאַלבן פֿאַר אַ מלך‬
‫איבער ישׂראל‪ .‬און איר זאָלט בלאָזן אין שופֿר‪ ,‬און זאָגן‪ :‬לעבן זאָל‬
‫דער מלך שלמה! ‪ 35‬און איר זאָלט אַרױפֿגײן נאָך אים‪ ,‬און ער זאָל‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9