Page 8 - Mlokhim a
P. 8

‫מלכים א‬

‫‪ 13‬און אַדוֹ ִנָיהוּ דער זון פֿון ַחגיתן איז געקומען צו בת‪ֶ -‬שבֿען‪,‬‬
‫שלמהס מוטער‪ .‬האָט זי צו אים געזאָגט‪ :‬איז ד ַײן קומען אין פֿריד?‬
‫האָט ער געזאָגט‪ :‬אין פֿריד‪ 14 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬איך האָב אַ‬
‫װאָרט צו דיר‪ .‬האָט זי געזאָגט‪ :‬רעד‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬דו װײסט אַז‬
‫די מלוכה האָט מיר געקומט‪ ,‬און אױף מיר האָבן גאַנץ ישׂראל‬
‫געקערט זײער פּנים‪ ,‬צו װערן מלך‪ .‬אָבער די מלוכה האָט זיך‬
‫אומגעדרײט און איז אָנגעקומען צו מ ַײן ברודער‪ ,‬װ ַײל זי איז אים‬
‫באַשערט געװען פֿון גאָט‪ 16 .‬און אַצונד בעט איך פֿון דיר אײן‬
‫בקשה‪ :‬זאָלסט ניט אָפּשטױסן מ ַײן פּנים‪ .‬האָט זי צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫רעד‪ 17 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬זאָג‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬דעם מלך שלמה–‬
‫װאָרום ער װעט ניט אָפּשטױסן ד ַײן פּנים–ער זאָל מיר געבן אַבֿי ַשג‬
‫פֿון שוֵּנם פֿאַר אַ װ ַײב‪ 18 .‬האָט בת‪ֶ -‬שבֿע געזאָגט‪ :‬גוט‪ ,‬איך װעל‬

                                       ‫רעדן פֿון ד ַײנעט װעגן צום מלך‪.‬‬

‫‪ 19‬און בת‪ֶ -‬שבֿע איז געקומען צום מלך שלמה‪ ,‬צו רעדן צו אים פֿון‬
‫אַדוֹ ִנָיהוּס װעגן‪ ,‬און דער מלך איז אױפֿגעשטאַנען איר אַנטקעגן‪ ,‬און‬
‫ער האָט זיך צו איר געבוקט‪ ,‬און האָט זיך געזעצט אױף ז ַײן טראָן‪,‬‬
‫און געשטעלט אַ טראָן פֿאַר דעם מלכס מוטער‪ ,‬און זי האָט זיך‬
‫געזעצט אױף ז ַײן רעכטער ז ַײט‪ .‬און זי האָט געזאָגט‪ :‬אײן קלײנע‬
‫בקשה בעט איך פֿון דיר‪ :‬זאָלסט ניט אָפּשטױסן מ ַײן פּנים‪ .‬האָט דער‬
‫מלך צו איר געזאָגט‪ :‬בעט‪ ,‬מ ַײן מוטער‪ ,‬װאָרום איך װעל ניט‬
‫אָפּשטױסן ד ַײן פּנים‪ .‬האָט זי געזאָגט‪ :‬זאָל אַבֿי ַשג פֿון שוֵּנם געגעבן‬
‫װערן צו ד ַײן ברודער אַדוֹ ִנָיהוּן פֿאַר אַ װ ַײב‪ 22 .‬האָט געענטפֿערט‬
‫דער מלך שלמה און געזאָגט צו ז ַײן מוטער‪ :‬און פֿאַר װאָס בעטסטו‬
‫אַבֿי ַשג פֿון שוֵּנם פֿאַר אַדוֹ ִנָיהוּן? בעט פֿאַר אים אױך די מלוכה‪ ,‬װ ַײל‬
‫ער איז מ ַײן עלטערער ברודער–פֿאַר אים‪ ,‬פֿאַר אבֿיתר דעם כּהן‪ ,‬און‬

                                         ‫פֿאַר יוֹאָבֿ דעם זון פֿון צרוָּיהן‪.‬‬

‫‪ 23‬און דער מלך שלמה האָט געשװאָרן ב ַײ גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָל‬
‫מיר גאָט טאָן אַזױ און נאָך מער‪ ,‬אַז אום ז ַײן לעבן האָט אַדוֹ ִנָיהוּ‬
‫גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט! ‪ 24‬און אַצונד‪ ,‬אַזױ װי עס לעבט גאָט‪,‬‬
‫װאָס האָט מיך באַפֿעסטיקט‪ ,‬און האָט מיך אַרױפֿגעזעצט אױף דעם‬
‫טראָן פֿון מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬און װאָס האָט מיר געמאַכט אַ הױז אַזױ‬

           ‫װי ער האָט גערעדט‪ ,‬אַז ה ַײנט מוז אַדוֹ ִנָיהוּ געטײט װערן!‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13