Page 11 - Mlokhim a
P. 11

‫מלכים א‬

‫מיר געזאָגט‪ :‬גוט איז דאָס װאָרט; איך האָב געהערט‪ 43 .‬ה ַײנט פֿאַר‬
‫װאָס האָסטו ניט געהיט די שבֿועה פֿון גאָט‪ ,‬און דעם באַפֿעל װאָס‬
‫איך האָב דיר באַפֿױלן? ‪ 44‬אױך האָט דער מלך געזאָגט צו ִש ְמ ִעין‪ :‬דו‬
‫װײסט אַל דאָס בײז װאָס ד ַײן האַרץ האָט געװוּסט אַז דו טוסט צו‬
‫מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן; דרום זאָל גאָט אומקערן ד ַײן בײז אױף ד ַײן קאָפּ;‬
‫‪ 45‬און דער מלך שלמה זאָל ז ַײן געבענטשט‪ ,‬און דער טראָן פֿון דוד‬

                                ‫זאָל ז ַײן פֿעסט פֿאַר גאָט אױף אײביק‪.‬‬

‫‪ 46‬און דער מלך האָט באַפֿױלן בָנָיהוּ דעם זון פֿון יהוָֹי ָדען‪ ,‬און ער‬
‫איז אַרױפֿגעגאַנגען‪ ,‬און איז צוגעפֿאַלן אױף אים‪ ,‬און ער איז‬

                                                            ‫געשטאָרבן‪.‬‬

   ‫און די מלוכה איז געװען באַפֿעסטיקט אין דער האַנט פֿון שלמהן‪.‬‬

‫‪ 1‬און שלמה האָט זיך מתחתּן געװען מיט פּרעה דעם מלך פֿון‬

‫מצרים‪ ,‬און ער האָט גענומען פּרעהס טאָכטער‪ ,‬און האָט זיג‬

‫געבראַכט אין ָד ִודס‪-‬שטאָט‪ ,‬ביז ער האָט געענדיקט בױען ז ַײן הױז‪,‬‬
        ‫און דאָס הױז פֿון גאָט‪ ,‬און די מױער פֿון ירושלים רונד אַרום‪.‬‬

‫‪ 2‬אָבער דאָס פֿאָלק האָט געשלאַכט אױף די ָבמות‪ ,‬װאָרום אַ הױז צו‬
‫דעם נאָמען פֿון גאָט איז ניט געבױט געװען ביז יענע טעג‪ 3 .‬און‬
‫שלמה האָט ליב געהאַט גאָט‪ ,‬צו גײן אין די געזעצן פֿון ז ַײן פֿאָטער‬

         ‫ָד ִודן; נאָר ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די ָבמות‪.‬‬

‫‪ 4‬און דער מלך איז געגאַנגען קײן גבֿעון דאָרטן צו שלאַכטן‪ ,‬װאָרום‬
‫דאָרטן איז געװען די גרױסע ָב ָמה‪ .‬טױזנט בראַנדאָפּפֿער פֿלעגט‬

                               ‫שלמה אױפֿברענגען אױף יענעם מזבח‪.‬‬

‫‪ 5‬אין גבֿעון האָט זיך גאָט באַװיזן צו שלמהן אין אַ ָחלום פֿון דער‬
‫נאַכט‪ ,‬און גאָט האָט געזאָגט‪ :‬בעט װאָס איך זאָל דיר געבן‪ 6 .‬האָט‬
‫שלמה געזאָגט‪ :‬דו האָסט געטאָן מיט ד ַײן קנעכט‪ ,‬מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪,‬‬
‫גרױס ֶחסד‪ ,‬אַזױ װי ער איז געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט‬
‫גערעכטיקײט און מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן קעגן דיר; און‬
‫האָסט אים געהיט דעם דאָזיקן גרױסן ֶחסד‪ ,‬און האָסט אים געגעבן‬
‫אַ זון װאָס זיצט אױף ז ַײן טראָן אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג‪ 7 .‬און אַצונד‪,‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16