Page 15 - Mlokhim a
P. 15

‫מלכים א‬

‫‪ 1‬און שלמה האָט געװעלטיקט איבער אַלע קיניגר ַײכן‪ ,‬פֿון‬

‫דעם ט ַײך ביז דעם לאַנד פֿון די פּלשתּים‪ ,‬און ביז דעם געמאַרקה‬

‫פֿון מצרים‪ .‬זײ האָבן געבראַכט אָפּגאָב‪ ,‬און געדינט דעם מלך שלמה‬
                                                ‫אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן‪.‬‬

‫‪ 2‬און די שפּ ַײזונג פֿון שלמהן פֿאַר אײן טאָג איז געװען דר ַײסיק כּור‬
‫זעמלמעל‪,‬און זעכציק כּור גראָבע מעל‪ 3 ,‬צען פֿעטע רינדער‪ ,‬און‬
‫צװאַנציק רינדער פֿון דער פֿיטער‪ ,‬און הונדערט שאָף‪ ,‬אחוץ הינדן‪,‬‬
‫און הירשן‪ ,‬און דאַמהירשן‪ ,‬און געשטאָפּטע קאַפּהענער‪ 4 .‬װאָרום‬
‫ער האָט געװעלטיקט איבער גאַנץ דער ז ַײט ט ַײך‪ ,‬פֿון ִתּפֿ ַסח און ביז‬
‫עָזה‪ ,‬איבער אַלע מלכים פֿון דער ז ַײט ט ַײך; און ער האָט געהאַט‬
‫שלום פֿון אַלע ז ַײנע ז ַײטן רונד אַרום‪ 5 .‬און יהוּדה און ישׂראל ז ַײנען‬
‫געזעסן אין זיכערקײט‪ ,‬איטלעכער אונטער ז ַײן װ ַײנשטאָק און‬

   ‫אונטער ז ַײן פֿ ַײגנבױם‪ ,‬פֿון ָדן ביז ב ֵאר‪ֶ -‬שבֿע‪ ,‬אַלע טעג פֿון שלמהן‪.‬‬

‫‪ 6‬און שלמה האָט געהאַט פֿערציק טױזנט שטאַלן פֿערד פֿאַר ז ַײנע‬
‫ר ַײטװעגן‪ ,‬און צװעלף טױזנט ר ַײטער‪ 7 .‬און יענע געשטעלטע פֿלעגן‬
‫אױסהאַלטן דעם מלך שלמה‪ ,‬און איטלעכן װאָס גענענט צום טיש‬
‫פֿון מלך שלמה‪ ,‬איטלעכער אין ז ַײן חודש; זײ פֿלעגן ניט פֿאַרפֿעלן‬
‫קײן זאַך‪ 8 .‬אױך גערשטן און שטרױ פֿאַר די פֿערד און פֿאַר‬
‫די יאָגפֿערד פֿלעגן זײ ברענגען אין דעם אָרט װוּהין עס‬

               ‫האָט געהערט‪ ,‬איטלעכער לױט װי ער האָט געדאַרפֿט‪.‬‬

‫‪ 9‬און גאָט האָט געגעבן שלמהן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט זײער‬
‫פֿיל‪ ,‬און ברײטקײט פֿון ג ַײסט אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג‬
‫פֿון ים‪ 10 .‬און שלמהס חכמה איז געװען גרעסער פֿון דער חכמה פֿון‬
‫אַלע קינדער פֿון מזרח‪ ,‬און פֿון אַל דער חכמה פֿון מצרים‪ 11 .‬און ער‬
‫איז געװען קליגער פֿון אַלע מענטשן‪ ,‬פֿון ֵאי ָתן דעם ֶאז ָרחי‪ ,‬און‬
‫ֵהי ָמן‪ ,‬און ַכּלכּול‪ ,‬און ַדרדע‪ ,‬די זין פֿון ָמחולן‪ .‬און ער האָט געהאַט אַ‬
‫ֶשם צװישן אַלע פֿעלקער רונד אַרום‪ 12 .‬און ער האָט געזאָגט דר ַײ‬
‫טױזנט משלים‪ .‬און ז ַײנע לידער ז ַײנען געװען טױזנט מיט פֿינף‪13 .‬‬
‫און ער האָט גערעדט איבער בײמער‪ ,‬פֿון דעם צעדער װאָס אין לבֿנון‬
‫און ביז דעם ֵאזובֿ װאָס װאַקסט אַרױס פֿון װאַנט‪ .‬און ער האָט‬
‫גערעדט איבער בהמות‪ ,‬און איבער פֿױגלען‪ ,‬און איבער שרצים‪ ,‬און‬
‫איבער פֿישן‪ 14 .‬און פֿון אַלע אומות איז מען געקומען הערן שלמהס‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20