Page 16 - Mlokhim a
P. 16

‫מלכים א‬

‫חכמה–פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד װאָס האָבן געהערט פֿון ז ַײן‬
                                                                 ‫חכמה‪.‬‬

‫‪ 15‬און חי ָרם דער מלך פֿון צור האָט געשיקט ז ַײנע קנעכט צו‬
‫שלמהן‪ ,‬װאָרום ער האָט געהערט אַז מע האָט אים געזאַלבט פֿאַר אַ‬
‫מלך אױף ז ַײן פֿאָטערס אָרט; װ ַײל אַ גוטער פֿר ַײנט איז חי ָרם געװען‬

                                                         ‫ָד ִודן אַלע טעג‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט שלמה געשיקט צו חי ָרמען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 17 :‬דו האָסט‬
‫געקענט מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬אַז ער האָט ניט געקאָנט בױען אַ הױז צו‬
‫דעם נאָמען פֿון יהוה ז ַײן גאָט פֿון װעגן די מלחמות װאָס האָבן אים‬
‫אַרומגערינגלט‪ ,‬ביז יהוה האָט זײ געגעבן אונטער די טריט פֿון מ ַײנע‬
‫פֿיס‪ 18 .‬און אַצונד האָט יהוה מ ַײן גאָט מיך באַרוט פֿון רונד אַרום;‬
‫ניטאָ קײן שטער און קײן בײז באַגעגעניש‪ 19 .‬און אָט טראַכט איך‬
‫צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון יהוה מ ַײן גאָט‪ ,‬אַזױ װי יהוה‬
‫האָט גערעדט צו מ ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬ד ַײן זון װאָס איך‬
‫װעל געבן אױף ד ַײן טראָן אױף ד ַײן אָרט‪ ,‬ער װעט בױען דאָס הױז‬
‫צו מ ַײן נאָמען‪ 20 ,‬און אַצונד‪ ,‬באַפֿעל מע זאָל אױסהאַקן פֿאַר מיר‬
‫צעדערן פֿון לבֿנון‪ ,‬און מ ַײנע קנעכט װעלן ז ַײן מיט ד ַײנע קנעכט; און‬
‫דעם לױן פֿון ד ַײנע קנעכט װעל איך דיר געבן װיפֿיל דו װעסט זאָגן‪:‬‬
‫װאָרום דו װײסט אַז צװישן אונדז איז ניטאָ קײנער װאָס פֿאַרשטײט‬

                                  ‫צו האַקן האָלצן אַזױ װי די צידונים‪.‬‬

‫‪ 21‬און עס איז געװען‪ ,‬װי חי ָרם האָט געהערט די װערטער פֿון‬
‫שלמהן‪ ,‬אַזױ האָט ער זיך זײער דערפֿרײט‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪:‬‬
‫געלױבט איז יהוה ה ַײנט‪ ,‬װאָס ער האָט געגעבן ָד ִודן אַ קלוגן זון‬
‫איבער דעם דאָזיקן גרױסן פֿאָלק‪ 22 .‬און חי ָרם האָט געשיקט צו‬
‫שלמהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬איך האָב געהערט װאָס דו האָסט געשיקט צו‬
‫מיר; איך װעל טאָן אַל ד ַײן פֿאַרלאַנג‪ ,‬אין צעדערהאָלץ און אין‬
‫ציפּרעסנהאָלץ‪ 23 .‬מ ַײנע קנעכט װעלן זײ אַראָפּנידערן פֿון לבֿנון צום‬
‫ים‪ ,‬און איך װעל זײ מאַכן אין פּליטן צו גײן מיטן ים ביז דעם אָרט‬
‫װאָס דו װעסט מיר אָנװ ַײזן‪ ,‬און דאָרטן װעל איך זײ פֿאַנאַנדערר ַײסן‪,‬‬
‫און דו װעסט זײ אַװעקנעמען‪ .‬און דו װעסט טאָן מ ַײן פֿאַרלאַנג צו‬

                                             ‫געבן ברױט פֿאַר מ ַײן הױז‪.‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21