Page 18 - Mlokhim a
P. 18

‫מלכים א‬

‫אײלן ז ַײן הײך‪ 3 .‬און דער פּאָליש פֿאַר דעם ֵהיכל פֿון הױז איז געװען‬
‫צװאַנציק אײלן ז ַײן לענג‪ ,‬פֿאַר ברײט פֿון דעם הױז‪ ,‬צען אײלן ז ַײן‬
‫ברײט פֿאַר ]לענג פֿון[ דעם הױז‪ 4 .‬און ער האָט געמאַכט אין הױז‬
‫פֿענצטער אינעװײניק ברײט און אױסנװײניק שמאָל‪ 5 .‬און ער האָט‬
‫געבױט אָן דער װאַנט פֿון הױז אַן אָנבױ‪ ,‬רונד אַרום די װענט פֿון‬
‫הױז‪ ,‬רונד אַרום דעם ֵהיכל און דעם דבֿיר; און ער האָט געמאַכט‬
‫ז ַײטקאַמערן רונד אַרום‪ .‬דער אונטערשטער ]שטאָק פֿון דעם[ אָנבױ‪,‬‬
‫איז פֿינף אײלן געװען ז ַײן ברײט‪ ,‬און דער מיטלסטער‪ ,‬זעקס אײלן‬
‫ז ַײן ברײט‪ ,‬און דער דריטער‪ ,‬זיבן אײלן ז ַײן ברײט‪ ,‬װאָרום‬
‫פֿאַרמינערונגען האָט ער געמאַכט אין דעם הױז צו דערױסן צו רונד‬
‫אַרום‪ ,‬כּדי ]די באַלקנס[ זאָלן זיך ניט דאַרפֿן האַלטן אין די װענט פֿון‬
‫הױז‪ 7–.‬און דאָס הױז װען עס איז געבױט געװאָרן‪ ,‬איז געבױט‬
‫געװאָרן פֿון שטײנער פֿאַרטיק געמאַכט ב ַײם אַרױסהאַקן; און קײן‬
‫האַמערס און קײן האַק‪ ,‬קײן שום א ַײזנגעצ ַײג איז ניט געהערט‬
‫געװאָרן אין דעם הױז‪ ,‬װען עס איז געבױט געװאָרן‪ 8–.‬דער א ַײנגאַנג‬
‫צו די אונטערשטע ז ַײטקאַמערן איז געװען אױף דער רעכטער ז ַײט‬
‫פֿון הױז‪ ,‬און אױף שװינדלטרעפּ איז מען אַרױפֿגעגאַנגען צו‬

                     ‫די מיטלסטע‪ ,‬און פֿון די מיטלסטע צו די דריטע‪.‬‬

‫‪ 9‬און ער האָט אױסגעבױט דאָס הױז‪ ,‬און האָט עס פֿאַרענדיקט; און‬
‫ער האָט באַדעקט דאָס הױז מיט באַלקנס און ברעטער פֿון צעדערן‪.‬‬
‫‪ 10‬און ער האָט געבױט דעם אָנבױ אָן דעם גאַנצן הױז‪ ,‬פֿינף אײלן די‬
‫הײך ]פֿון איטלעכן שטאָק[; און עס האָט זיך געהאַלטן אָן הױז אױף‬

                                                         ‫צעדערנהאָלץ‪.‬‬

‫‪ 11‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו שלמהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪12 :‬‬
‫דאָס דאָזיקע הױז װאָס דו בױסט–אױב דו װעסט גײן אין מ ַײנע‬
‫חוקים‪ ,‬און מ ַײנע געזעצן װעסטו טאָן‪ ,‬און װעסט היטן אַלע מ ַײנע‬
‫געבאָט צו גײן אין זײ‪ ,‬װעל איך מקיים ז ַײן אױף דיר מ ַײן צוזאָג װאָס‬
‫איך האָב צוגעזאָגט ד ַײן פֿאָטער ָד ִודן‪ 13 .‬און איך װעל רוען צװישן‬

    ‫די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און װעל ניט פֿאַרלאָזן מ ַײן פֿאָלק ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 14‬אַזױ האָט שלמה אױפֿגעבױט דאָס הױז‪ ,‬און האָט עס‬
‫פֿאַרענדיקט‪ 15 .‬און ער האָט געבױט די װענט פֿון דעם הױז‬
‫אינעװײניק מיט ברעטער פֿון צעדערן; פֿון באָדעם פֿון הױז ביז די‬
‫באַלקנס פֿון סופֿים האָט ער באַדעקט מיט האָלץ פֿון אינעװײניק;‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23