Page 3 - Mlokhim a
P. 3

‫מלכים א‬

‫נבֿיא‪ ,‬און ִש ְמ ִעי‪ ,‬און ֵר ִעי‪ ,‬און די ִגבורים װאָס ב ַײ ָד ִודן‪ ,‬ז ַײנען ניט‬
                                                  ‫געװען מיט אַדוֹ ִנָיהוּן‪.‬‬

‫‪ 9‬און אַדוֹ ִנָיהוּ האָט געשאָכטן שאָף און רינדער און געשטאָפּטע‬
‫קעלבער ב ַײ דעם שטײן זוֹ ֶח ֶלת װאָס לעבן עין‪-‬רוֵֹגל‪ ,‬און ער האָט‬
‫פֿאַררופֿן אַלע ז ַײנע ברידער‪ ,‬דעם מלכס זין‪ ,‬און אַלע מענער פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬דעם מלכס קנעכט‪ 10 .‬אָבער נתן דעם נבֿיא‪ ,‬און בָנָיהוּן‪ ,‬און‬

             ‫די ִגבורים‪ ,‬און ז ַײן ברודער שלמהן‪ ,‬האָט ער ניט גערופֿן‪.‬‬

‫‪ 11‬האָט נתן געזאָגט צו בת‪ֶ -‬שבֿען‪ ,‬שלמהס מוטער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫האָסטו ניט געהערט אַז אַדוֹ ִנָיהוּ דער זון פֿון ַחגיתן איז געװאָרן מלך‪,‬‬
‫און אונדזער האַר דוד װײס ניט? ‪ 12‬און אַצונד‪ ,‬קום לאָמיך‬
‫אַקאָרשט דיר געבן אַן עצה‪ ,‬און ראַטעװען ד ַײן לעבן און דאָס לעבן‬
‫פֿון ד ַײן זון שלמהן‪ 13 .‬גײ און קום צום מלך דוד‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו‬
‫אים‪ :‬האָסטו‪ ,‬מ ַײן האַר מלך‪ ,‬ניט געשװאָרן ד ַײן דינסט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫נאָר ד ַײן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר‪ ,‬און ער זאָל זיצן אױף מ ַײן‬
‫טראָן? ה ַײנט פֿאַר װאָס איז אַדוֹ ִנָיהוּ געװאָרן מלך? ‪ 14‬אָט װי דו‬
‫רעדסט נאָך דאָרטן מיטן מלך‪ ,‬אַזױ װעל איך קומען נאָך דיר‪ ,‬און‬

                                         ‫װעל פֿאַרפֿולן ד ַײנע װערטער‪.‬‬

‫‪ 15‬איז בת‪ֶ -‬שבֿע אַר ַײנגעגאַנגען צום מלך אין קאַמער‪- .‬און דער מלך‬
‫איז געװען זײער אַלט‪ ,‬און אַבֿי ַשג פֿון שוֵּנם האָט באַדינט דעם‬
‫מלך‪ 16–.‬און בת‪ֶ -‬שבֿע האָט זיך גענ ַײגט און זיך געבוקט צום מלך‪.‬‬
‫האָט דער מלך געזאָגט‪ :‬װאָס איז דיר? ‪ 17‬האָט זי צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫מ ַײן האַר‪ ,‬דו האָסט געשװאָרן ד ַײן דינסט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט‪ :‬נאָר‬
‫ד ַײן זון שלמה זאָל קיניגן נאָך מיר‪ ,‬און ער זאָל זיצן אױף מ ַײן טראָן‪.‬‬
‫‪ 18‬און אַצונד זע‪ ,‬אַדוֹ ִנָיה איז געװאָרן מלך‪ ,‬און אַצונד‪ ,‬מ ַײן האַר‬
‫מלך‪ ,‬װײסטו גאָר ניט‪ 19 .‬און ער האָט געשאָכטן אָקסן און‬
‫געשטאָפּטע קעלבער און שאָף אַ סך‪ ,‬און ער האָט פֿאַררופֿן אַלע זין‬
‫פֿון דעם מלך‪ ,‬און אבֿיתר דעם כּהן‪ ,‬און יוֹאָבֿ דעם חיל‪-‬פֿירער; אָבער‬
‫ד ַײן קנעכט שלמהן האָט ער ניט גערופֿן‪ 20 .‬און דו מ ַײן האַר מלך‪,‬‬
‫אױף דיר ז ַײנען די אױגן פֿון גאַנץ ישׂראל‪ ,‬זײ צו זאָגן‪ ,‬װער זאָל‬
‫זיצן אױף דעם טראָן פֿון מ ַײן האַר דעם מלך נאָך אים‪ 21 .‬װאָרום‬
‫עס װעט ז ַײן‪ ,‬װי דער האַר מ ַײן מלך לײגט זיך מיט ז ַײנע עלטערן‪,‬‬

                 ‫אַזױ װעל איך און מ ַײן זון שלמה ז ַײן פֿאַרשולדיקטע‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8