Page 10 - Yoyl
P. 10
יוֹאל
11א ַײלט און קומט אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום,
און לאָמען זיך א ַײנזאַמלען;
אַהין מאַך נידערן ,גאָט ,ד ַײנע גיבוֹרים!
12זאָלן זיך דערװעקן די פֿעלקער און אַרױפֿגײן
צום טאָל פֿון יהוֹ ָשפֿט
װאָרום דאָרטן װעל איך זיצן
צו משפּטן אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום.
13לײגט צו דעם שנ ַײדמעסער,
װאָרום צ ַײטיק איז דער שניט;
קומט טרעט,
װאָרום פֿול איז דער קעלטער,
די קובלען לױפֿן איבער;
װאָרום גרױס איז זײער בײז.
14מחנות ,מחנות אין טאָל פֿון גַזר!
װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט אין טאָל פֿון גַזר.
15די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ,
און די שטערן נעמען אַר ַײן זײער ש ַײן.
16און גאָט װעט ברילן פֿון ִציוֹן,
און פֿון ירו ָש ַל ִים װעט ער אַרױסלאָזן ז ַײן ָקול,
און שטורעמען װעלן הימל און ערד;
אָבער גאָט װעט ז ַײן אַ באַשיצונג פֿאַר ז ַײן פֿאָלק,
און אַ פֿעסטונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
17און איר װעט װיסן אַז איך ,יהוה א ַײער גאָט,
רו אױף ִציוֹן ,מ ַײן הײליקן באַרג;
און ירו ָש ַל ִים װעט ז ַײן הײליק,
און פֿרעמדע װעלן מער ניט דורכגײן אין איר.
18און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג,
װעלן די בערג טריפֿן זאַפֿט,
און די הײכן װעלן איבערגײן מיט מילך,
און אַלע גראָבנס פֿון יהודה װעלן איבערגײן מיט װאַסער.
און אַ קװאַל װעט אַרױסגײן פֿון גאָטס הױז,
און װעט אָנטרינקען דעם טאָל ִשטים.
ִ 19מצ ַר ִים װעט אַ װיסטעניש װערן,
און ֶאדוֹם װעט אַ װיסטער מדבר װערן,