Page 7 - Yoyl
P. 7

‫יוֹאל‬

                            ‫נאָך װאָס זאָל מען זאָגן צװישן די אומות‪:‬‬
                                                   ‫אַװוּ איז זײער גאָט?‬

                      ‫‪ 18‬און גאָט האָט זיך אָנגענומען פֿאַר ז ַײן לאַנד‪,‬‬
                            ‫און האָט זיך דערבאַרימט אױף ז ַײן פֿאָלק‪.‬‬

             ‫‪ 19‬און גאָט האָט געענטפֿערט און געזאָגט צו ז ַײן פֿאָלק‪:‬‬
                        ‫זעט‪ ,‬איך שיק א ַײך תּבֿואה און װ ַײן און אײל‪,‬‬
                                       ‫און איר װעט זײ האָבן צו זאַט;‬

           ‫און איך װעל א ַײך מער ניט געבן צו שאַנד ב ַײ די פֿעלקער‪.‬‬
                ‫‪ 20‬און דעם צפֿונדיקן װעל איך דערװ ַײטערן פֿון א ַײך‪,‬‬

‫און װעל אים פֿאַרשטױסן אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש און װיסטעניש‪,‬‬
                                    ‫מיט ז ַײן פּנים צום פֿעדערשטן ים‪,‬‬
                                      ‫און ז ַײן עק צום הינטערשטן ים;‬
                                      ‫און ז ַײן פֿױלגערוך װעט אױפֿגײן‪,‬‬
                                      ‫און ז ַײן געשטאַנק װעט אױפֿגײן‪,‬‬
                                    ‫װ ַײל ער האָט גרױס זיך פֿאַרנומען‪.‬‬

                                      ‫‪ 21‬זאָלסט ניט מוֹרא האָבן‪ ,‬ערד‪,‬‬
                                               ‫פֿרײ זיך און זײ לוסטיק‪,‬‬

                                       ‫װאָרום גרױס געטאָן האָט גאָט‪.‬‬
                     ‫‪ 22‬איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן‪ ,‬בהמות פֿון פֿעלד‪,‬‬
                 ‫װאָרום די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר ז ַײנען באַגראָזט‪,‬‬

                                 ‫װאָרום דער בױם טראָגט ז ַײן פֿרוכט‪,‬‬
                ‫דער פֿ ַײגנבױם און דער װ ַײנשטאָק גיבן זײער קריפֿט‪.‬‬
   ‫‪ 23‬און איר קינדער פֿון ִציוֹן‪ ,‬ז ַײט לוסטיק און פֿרײט זיך מיט יהוה‬

                                                            ‫א ַײער גאָט‪,‬‬
                           ‫װאָרום ער גיט א ַײך דעם פֿרירעגן ריכטיק;‬

                                 ‫יאָ‪ ,‬ער מאַכט נידערן פֿאַר א ַײך רעגן‪,‬‬
                            ‫פֿרירעגן און שפּעטרעגן אין ערשן חוֹדש ‪.‬‬
                         ‫‪ 24‬און די ש ַײערן װעלן פֿול ז ַײן מיט תּבֿואה‪,‬‬
               ‫און די קעלטערן װעלן איבערלױפֿן מיט װ ַײן און אײל‪.‬‬

                                ‫‪ 25‬און איך װעל א ַײך אָפּצאָלן די יאָרן‬
                               ‫װאָס דער הײשעריק האָט אױפֿגעגעסן‪,‬‬
                  ‫דער גראָזפֿרעסער‪ ,‬און דער גריל‪ ,‬און דער װאָרעם‪,‬‬
                 ‫מ ַײן גרױס חיל װאָס איך האָב אָנגעשיקט אױף א ַײך‪.‬‬
                               ‫‪ 26‬און עסן װעט איר עסן און זאַט ז ַײן‪,‬‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12