Page 4 - Yoyl
P. 4

‫יוֹאל‬

                             ‫און טוט שר ַײען צו גאָט‪.‬‬
                               ‫‪ 15‬װײ אױף דעם טאָג!‬

                ‫װאָרום נאָנט איז דער טאָג ֿפֿון גאָט‪,‬‬
          ‫און װי אַ בראָך ֿפֿון אַלמאַכטיקן קומט ער‪.‬‬

                  ‫‪ֿ 16‬פֿאַר װאָר‪ֿ ,‬פֿאַר אונדזערע אױגן‬
                             ‫איז ֿפֿאַרשניטן די שפּ ַײז;‬

‫ֿפֿון אונדזער גאָטס הױז‪ ,‬די ֿפֿרײד און די לוסטיקײט‪.‬‬
                     ‫‪ 17‬א ַײנגעדאַרט ז ַײנען די זאָמען‬
                             ‫אונטער זײערע גרודעס‪,‬‬

                ‫װיסט געװאָרן ז ַײנען די שפּ ַײכלערס‪,‬‬
                         ‫א ַײנגעֿפֿאַלן ז ַײנען די ש ַײערן‬

              ‫װאָרום אױסגעטריקנט איז די תּבואה‪.‬‬
                            ‫‪ 18‬װי קרעכצט די בהמה!‬

               ‫צעטומלט ז ַײנען די סטאַדעס רינדער‪,‬‬
                ‫װאָרום ניטאָ ֿפֿאַר זײ קײן ֿפֿיטערונג;‬
           ‫אַֿפֿילו די סטאַדעס שאָף ז ַײנען ֿפֿאַרװיסט‪.‬‬

                        ‫‪ 19‬צו דיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬טו איך רו ֿפֿן‪,‬‬
                     ‫װאָרום אַ ֿפֿ ַײער האָט ֿפֿאַרצערט‬

                         ‫די ֿפֿיטערפּלעצער ֿפֿון מדבר‪,‬‬
                     ‫און אַ ֿפֿלאַם האָט צע ֿפֿלאַקערט‬

                              ‫אַלע בײמער ֿפֿון ֿפֿעלד‪.‬‬
     ‫‪ 20‬אַֿפֿילו די בהמות ֿפֿון ֿפֿעלד שמאַכטן צו דיר‪,‬‬
   ‫װאָרום אױסגעטריקנט ז ַײנען די גראָבנס װאַסער‪,‬‬

                         ‫און אַ ֿפֿ ַײער האָט ֿפֿאַרצערט‬
                         ‫די ֿפֿיטערפּלעצער ֿפֿון מדבר‪.‬‬

        ‫‪ 1‬בלאָזט אַ שוֹפֿר אין ִציוֹן‪,‬ב‬

            ‫און שאַלט אױף מ ַײן הײליקן באַרג‪,‬‬
              ‫זאָלן ציטערן אַלע באַװױנער פֿון לאַנד‪,‬‬

                 ‫װאָרום דער טאָג פֿון גאָט קומט אָן‪,‬‬
                                ‫װאָרום ער איז נאָנט;‬

                ‫‪ 2‬אַ טאָג פֿון חוֹשך און פֿינצטערניש‪,‬‬
                        ‫אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל‪,‬‬

    ‫װי אַ שװאַרצקײט אױסגעשפּרײט אױף די בערג;‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9