Page 3 - Yoyl
P. 3

‫יוֹאל‬

                  ‫און באַקצײנער ֿפֿון אַ לײבינטע האָט ער‪.‬‬
             ‫‪ 7‬ער האָט געמאַכט מ ַײן װ ַײנשטאָק צו װיסט‪,‬‬

                         ‫און צו שפּענדלעך מ ַײן ֿפֿ ַײגנבױם;‬
      ‫אָפּגעהױלט הױל האָט ער אים און אַנידערגעװאָר ֿפֿן‪,‬‬

                          ‫ז ַײנע צװ ַײגן ז ַײנען װ ַײס געװאָרן‪.‬‬
                 ‫‪ 8‬קלאָג װי אַ יונג ֿפֿרױ אָנגעגורט מיט זאַק‬

                               ‫נאָך דעם מאַן ֿפֿון איר יוגנט‪.‬‬
‫‪ֿ 9‬פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַ שפּ ַײזאָפּֿפֿער און אַ גיסאָפּֿפֿער‬

                                     ‫ֿפֿון דעם הױז ֿפֿון גאָט;‬
                                     ‫עס טרױערן די כֹּהנים‪,‬‬

                                       ‫די באַדינער ֿפֿון גאָט‪.‬‬
                     ‫‪ֿ 10‬פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס ֿפֿעלד‪,‬‬

                                       ‫עס טרױערט די ערד‪,‬‬
                 ‫װאָרום ֿפֿאַרװיסט געװאָרן איז די ֿתּבֿואה‪,‬‬

                             ‫אױסגעטריקנט האָט דער װ ַײן‪,‬‬
                               ‫א ַײנגעגאַנגען איז דאָס אײל‪,‬‬

                          ‫‪ 11‬צו שאַנד ז ַײנען די אַקערל ַײט‪,‬‬
                            ‫עס יאָמערן די װ ַײנגערטנירער‪,‬‬
                             ‫אױֿפֿן װײץ און אױֿפֿן גערשטן;‬

                ‫װאָרום דער שניט ֿפֿון ֿפֿעלד איז ֿפֿאַרלאָרן‪.‬‬
                       ‫‪ 12‬דער װ ַײנשטאָק איז ֿפֿאַרטריקנט‪,‬‬
                       ‫און דער ֿפֿ ַײגנבױם איז ֿפֿאַרװעלקט;‬

   ‫דער מילגרױם‪ ,‬אױך דער טײטלבױם און דער עפּלבױם‪,‬‬
                ‫אַלע בײמער ֿפֿון ֿפֿעלד‪ ,‬ז ַײנען ֿפֿאַרטריקנט;‬

 ‫יאָ‪ ,‬אױסגעטריקנט האָט די ֿפֿרײד ֿפֿון די מענטשנקינדער‪.‬‬
                  ‫‪ 13‬גורט א ַײך אָן און קלאָגט‪ ,‬איר כֹּהנים‪,‬‬
                         ‫יאָמערט‪ ,‬איר באַדינער ֿפֿון מזבח;‬
                          ‫קומט נעכטיקט אין זאַקקלײדער‪,‬‬
                                     ‫באַדינער ֿפֿון מ ַײן גאָט‪,‬‬

                ‫װאָרום ֿפֿאַרמיטן איז ֿפֿון א ַײער גאָטס הױז‬
                          ‫אַ שפּ ַײזאָפּֿפֿער און אַ גיסאָפּֿפֿער‪.‬‬
                                  ‫‪ 14‬הײליקט אַ ֿפֿאַסטטאָג‪,‬‬
                                      ‫רוֿפֿט אַן א ַײנזאַמלונג‪,‬‬
                                ‫קל ַײבט צונױף די עלטסטע‪,‬‬
                                  ‫אַלע באַװוינער ֿפֿון לאַנד‪,‬‬
                              ‫אין הױז ֿפֿון יהוה א ַײער גאָט‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8