Page 5 - Yoyl
P. 5

‫יוֹאל‬

                ‫אַ גרױס פֿאָלק און אַ מאַכטיקס‪,‬‬
       ‫אַזאַ װי ער איז ניט געװען פֿון אײביק אָן‬

                 ‫און װעט נאָך אים מער ניט ז ַײן‬
                      ‫ביז די יאָרן פֿון דוֹר‪-‬דוֹרות‪.‬‬

              ‫‪ 3‬אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿ ַײער‪,‬‬
           ‫און הינטער אים פֿלאַקערט אַ פֿלאַם;‬
‫װי דער גאָרטן פֿון ֵע ֶדן איז דאָס לאַנד פֿאַר אים‪,‬‬
           ‫און הינטער אים אַ מדבר אַ װיסטער‪,‬‬
  ‫און צו מאָל קײן אַנטרינונג איז ניטאָ פֿון אים‪.‬‬
  ‫‪ 4‬װי דאָס אױסזען פֿון פֿערד איז ז ַײן אױסזען‪,‬‬

                    ‫און װי ר ַײטער אַזױ לױפֿן זײ‪.‬‬

                 ‫‪ 5‬װי דאָס גערױש פֿון ר ַײטװעגן‪,‬‬
       ‫איז זײער שפּרינגען אױף די שפּיצן בערג;‬

                 ‫װי דער קנאַל פֿון אַ פֿלאַמפֿ ַײער‬
                         ‫װאָס פֿאַרצערט שטרױ;‬
                        ‫װי אַ פֿאָלק אַ מאַכטיקס‬
                             ‫געגרײט צו מלחמה‪.‬‬

                    ‫‪ 6‬פֿאַר אים ציטערן פֿעלקער‪,‬‬
 ‫אַלע פּנימער האָבן אָנגענומען אַ פֿינצטערניש‪.‬‬

                          ‫‪ 7‬װי גיבוֹרים לױפֿן זײ‪,‬‬
 ‫װי מלחמה‪-‬ל ַײט קלעטערן זײ אױף דער מױער‪,‬‬

         ‫און איטלעכער אין ז ַײנע װעגן גײען זײ‪,‬‬
           ‫און זײ פּלאָנטערן ניט זײערע שטעגן‪.‬‬

      ‫‪ 8‬און אײנער דעם אַנדערן שטױסן זײ ניט‪,‬‬
             ‫איטלעכער אין ז ַײן שליאַך גײען זײ‪,‬‬
                   ‫און דורך װאָפֿן װאַרפֿן זײ זיך‪,‬‬
                       ‫און װערן ניט געשעדיקט‪.‬‬
                ‫‪ 9‬זײ שפּרינגען אױף דער שטאָט‪,‬‬
                       ‫זײ לױפֿן אױף דער מױער‪,‬‬
                   ‫זײ גײען אַרױף אין די ה ַײזער‪,‬‬

          ‫זײ קומען דורך די פֿענצטער װי אַ גנבֿ‪.‬‬
                   ‫‪ 10‬פֿאַר אים ציטערט די ערד‪,‬‬
                          ‫שטורעמען די הימלען;‬

               ‫די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ‪,‬‬
          ‫און די שטערן נעמען אַר ַײן זײער ש ַײן‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10