Page 6 - Yoyl
P. 6

‫יוֹאל‬

                        ‫‪ 11‬און גאָט לאָזט אַרױס ז ַײן ָקול‬
                                    ‫פֿאַרױס פֿאַר ז ַײן חיל;‬

                       ‫װאָרום זײער גרױס איז ז ַײן מחנה‪,‬‬
        ‫װאָרום מאַכטיק איז דער װאָס טוט ז ַײן באַפֿעל;‬
‫װאָרום גרױס איז דער טאָג פֿון גאָט און מוֹראדיק זײער‪,‬‬

                         ‫און װער קען אים אױסהאַלטן?‬
                         ‫‪ 12‬אָבער נאָך איצט‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
       ‫קערט א ַײך אום צו מיר מיט א ַײער גאַנצן האַרצן‪,‬‬
         ‫און מיט פֿאַסטן און מיט געװײן און מיט קלאָג;‬
 ‫‪ 13‬און צער ַײסט א ַײער האַרץ און ניט א ַײערע קלײדער‪,‬‬
                ‫און קערט א ַײך אום צו יהוה א ַײער גאָט‪,‬‬
           ‫װאָרום ער איז ל ַײטזעליק און דערבאַרימדיק‪,‬‬
            ‫א ַײנגעהאַלטן אין צאָרן‪ ,‬און ר ַײך אין גענאָד‪,‬‬
                      ‫און ער האָט חרטה אױף דעם בײז‪.‬‬
      ‫‪ 14‬װער װײס‪ ,‬אפֿשר װידער װעט ער חרטה האָבן‪,‬‬
                         ‫און לאָזן אַ ברכה הינטער זיך –‬
                        ‫אַ שפּ ַײזאָפּפֿער און אַ גיסאָפּפֿער‬

                                   ‫פֿאַר יהוה א ַײער גאָט‪.‬‬

                             ‫‪ 15‬בלאָזט אַ שוֹפֿר אין ִציוֹן‪,‬‬
                                   ‫הײליקט אַ פֿאַסטטאָג‪,‬‬
                                   ‫רופֿט אַן א ַײנזאַמלונג;‬

                              ‫‪ 16‬זאַמלט א ַײן דאָס פֿאָלק‪,‬‬
                                        ‫פֿאַררופֿט די עדה‪,‬‬

                                 ‫קל ַײבט צונױף די זקנים‪,‬‬
                          ‫זאַמלט א ַײן די קלײנע קינדער‪,‬‬

                             ‫און די װאָס זײגן די ברוסט;‬
                ‫זאָל דער חתן אַרױסגײן פֿון ז ַײן קאַמער‪,‬‬

                            ‫און די כּלה פֿון איר געצעלט‪.‬‬
                   ‫‪ 17‬צװישן דעם פּאָליש און דעם מזבח‬
               ‫זאָלן װײנען די כֹּהנים‪ ,‬די דינער פֿון גאָט‪,‬‬

                                        ‫און זאָלן זײ זאָגן‪:‬‬
                     ‫דערבאַרים זיך גאָט אױף ד ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                ‫און זאָלסט ניט געבן ד ַײן אַרב צו שאַנד‪,‬‬
              ‫אַז פֿעלקער זאָלן זיך װערטלען איבער זײ;‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11